- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 764
- רעאקציע ראטע
- 1,868
אן אינטערסאנטער ארכיוו האבן אונז איצטערט געטראפן פון נחום כהנא שפירא גשריבען פאר איינע פון זיינע תלמידים אין יאר תש"א.
עס איז מיר נישט זייער באקאנט ווער הרב נחום כהנא שפירא איז געוועזען אבער זעהן זעהט עס אויס ווי א בלעטעל פון די גזע פונעם רב הראשי אין ארץ ישראל פון יאר תשמ"ג - תשנ"ג הרב אברהם אלקנה כהנא-שפירא און האט איבער גענומען די פירעשאפט פון די ישיבה מרכז הרב און באזעצט דעם ר"י פאסטן אין יאר תשמ"ב נאך וואס הרב קוק (השני) איז אוועק.
הרב נחום כהנא-שפירא איז געווען ווי עס זעהט אויס אן איינערקענטער פיגור אין ניו-יארק ווי זיינע טאמפלעטן זענען געוועהן אן אינטערעסע פאר די דעמאלסדיגע אמעריקאנע אידיש לעזער, מיר האבן געטראפן א געוואלד פון זיינע ארכיוון וואס זענען אויסגעווארפן געווארן אין ניו יארק אזוי ווי היינט די היכל הקודש קונטריס'ם. עס זעהט אויז אז עס איז געווען מאנכע אדער אפשר אסאך וואס האב געוואלט הערן דעם דבר ה' פון דעם הרב נחום כהנא-שפירא.
דער שער בלאט פון זיינע כתבים איז געשריבען אין ענגליש מיר האבן עס איבער געטייטשט אויף אידיש און עס ליינט זיך אזוי
Judiasim
Guide health and happiness
A pamphlet
Presenting the highlights of
Rabbi Nahum Kahane Shapiro’s
Introduction to his
Scientific-Religious-Ethical- and Treatise on
The perfection of the individual
Thru Torah and science
Soon to appear
This pamphlet was prepared by the
A disciple of Rabbi Shapiro
וואס פרובירט מיט זיינע בעסטע ווערטער ארויס צו ברענגען אז די כעס וואס דער רובש"ע כביכול האט איז א קריעשאן פון זיך זעלבסט. עס זעהט אויס אז ער וויל פארעטנפערן אט די שאלה וואס איז דא געפרעגט געווארן. מיט זיין ארעמער כח ההסבר אין מיטן חוסר ידעה פון חסידישע ספרים שרייבט ער די פאלגענדע ווערטער אין יאר תש"א צו די ניו יארקער אידענטום
עונש איז א מציאות וואס געשהט פון זיך אליינס דער רובש"ע דארף צו דעם גארנישט טוהן, און ער טוהט דערצו גארנישט.
וואס מיינט דער באגריף עונש ביים פארלעצען די חוקים פון דער תורה הק'? מען דארף פריער פון אלץ אויפקלערען אז די אלגעמיינע פארשפרייטע מיינונג אז גאט שטראפט פארן עובר זיין אויף די מצוות התורה אלס א מין נקמה געפיהל אין דורכאויס נאאיוו און פאלש. די אלע קללות וואס מיר געפינען אין דער תוכחה און ביי די נביאים זיינען נישט קיין נקמה שטראפען וואס קומען פון כעס אדער שנאה חלילה. אט די צוויי באגריפען האבען אינגאנצען נישט צו טהון מיט דעם כביכול מיט זיינע מדות. נישט מיטן דרך היצירה און נישט מיט די כוחות היצירה די שטראף דער עונש פונקט ווי שכר דרינגען ארויס פון דער עצם מענטשליכער האנדלונג. די זינד גופא בריינגען די שלעכטס, "חטאים תרדף רעה" (משלי י"ג כא) "ואוי לרשע רע כי גמול ידיו יעשה לו" (ישעי' ג') יא די זינד גופא באצאהלט דעם עבריון אין זיין אומגליק איז דער עבריון אליינס שולדיג.
ר' חיים וואלאזשינער ז"ל שרייבט די חכז"ל האבען געשריבן ווער עס זאגט אז גט ברוך הוא איז א ותרן זאלען איהם פארקירצט ווערען זיינע יאהרען (בבא קמא דף נ' עמוד א) איז דאך אין פלוג קשה אפילו מענש וואס זענען פרום און פיהרט זיך אויף מיט גוטע מדות און רחמים פארוואס'זשע טאר ער נישט זאגען אויף גט אט די מעלות? דאס איז דערפאר ווי מיר האבען פריהער געזאגט אז שטראף, איז נישט אויפן וועג פון שטראף, און נקמה חס ושלום. נאר די שטראף אליין בריינגט די שלעכטס די זינד אליין איז די שטראף. זינט בריאת העולם האט ער ברוך הוא איינגע-שטעלט די סדרים פון די וועלט אויפ-פיהרונג זיי זאלען זיין אפהענגיק פון דער מענשליכער גוטער אדער שלעכטע התנהגותער. אין ספר נפש החיים שער א' פ' י"ב אין שער ב' פ"ח שרייבט דער זעלבער מחבר אז דער עונש איז נישט קיין נקמה ח"ו נאר ווי מיר האבען געזאגט דער חטא טליין איז די שטראף. פונקט ווי א מעטנש זאל עסען פארדארבענע מאכלים קען עם איהם פארשאדען, אדער ער זאל אפילו קראנק ווערען, און אויב עס איז סם קען ער זיך פארסאמען און שטארבען דערפון ער וועט דעמאלס אליין זיין שולדיג פאר זיין טויט, ער וועט זיין מתחייב בנפשו אויף דעם זעלביגען אופן איז די זינד ביי דער נשמה פונעם זינדיגער חס ושלום.
מען קען אט-דעם פארגלייך פון ר' חיים וולאזשינער ציהען ווייטער און זיך נאך מעהר קלארער מאכען דעם באגריף פון עונש.
לאמיר זיך פארשטעלען א קראנקער וואס פאלגט נישט און פיהרט נישט אויס די פארשריפטען פון זיין דאקטער, די קרענק פארערגערט זיך, און דער קראנקער ליידט לא עלינו גרויסע יסורים עס קען אפילו טרעפען אז די קרענק זאל איהם פארשלעפען אין קבר אריין, די שולד, דאם נישט אויספאלגען די פארשריפטען פונעם דאקטאר. די שטראף די פארערגערונג פון דער קרענק האט דער דאקטער נישט אין דעם פאל קיין שום שולד און מען קען אוודאי נישט רעדען וועגען דעם אז דער דאקטער איז זיך נוקם אין דעם קראנקען. די קרענק האט נישט געקריגען קיין געגען ווירקונג, צוליעב דער שולד פון דעם חולה גופא און ממילא איז די קרענק אוועק מיס איהר אייגענעם נאטירליכען וועג און האט געבראכט צו די אלע פארוויקלונגען און אומגליקען פונקט אזוי איז מיט רשעות דאס נישט געגענווירקען זי בריינגט צו געגענווירקען פאנאנדערלייגונג צו א גייסטיגער אויפטרייסלונג צו די אינעווייניגסטער פסיכאלאגישער צערודערונג און מען פארלירט אפט דעם גלייכגעוויכט, דערפון קומען גייסטיגע ליידען און אפט אויך פיזישע צרות און אומגליקען.
די געבאטען פון דער תורה זיינען די זעלבע געזעצען מיט וועלכע גט פיהרט זיינע וועלטען די געזעצען זיינען צדק משפט חסד און רחמים דער וואס פארברעכט געגען אט די געבאטען פארברעכט ממילא געגען די נאטור געזעצען. די שטראף איז דער נאטירליכער פועל יוצא, דער נויטווענדיגער רעזולטאט פון דער באגאנגענער זינד דער פארברעכען. און ווען מיר זאגען אז די שטראף פאר דער באגאנגענער זינד איז א נאטירליכע מיינען מיר עס נישט בלויז אין גייסטיגען זינען נאר אויך פיזיאלאגיש קערפערליכע צערודערונג און צעזאמענברעכונג גייסטיגע אויפטרייסלונגען בריינגען צו פארשידענע אומ-ארדנונגען אין אונזער קערפער.
אסאך דאקטוירים האבען זיך שוין לאנג געשטעלט אויף דעם שטאנדפונקט אז די בעסטע תרופה צו היילען קראנקהייטען איז צוגרייטען און בארוהיגען דעם מענשליכען גייסט דעם פסיכלאגישען צושטאנד פון דעם מענטשע אזוי האט געזאגט סיר אנדריו קלוירק. "עס איז אוממעגליך פאר דאקטוירים צו באהאנדלען מיט געניטקייט און חכמה פארשידענע מינים קערפערליכע אויפטרייסלונגען אויב מיר זאלען נישט בולט און קלאר זיך אפגעבען רעכענונג וועגען דער ווירקונג פון די פסיכאלאגישע צושטאנדען וואס ריפט אפט ארויס אט די קערפערליכע צושטערונגען אדער לכל הפחות ענדערען אט די קרענקליכע צושטאנדען פון קערפער.
אזעלכע ציטאטען פון באריהמטע מעדיקער וואלטען מיר געקענט בריינגען אהן א שיעור. מיר וועלען זיך אבער דא באגנוגען מיא א פאקט וואס עס ברענגט א באריהמטער דאקטער פון אונזער צייט "רעסמיוס אלסעקער". ער דערציילט אז צו איהם איז געקומען קליענטן פון פאך אן אינזשינער דער קליענט האט געליטען אזיף א מאגען קראנקהייט אין פארלויף פון יאהר דער קראנקער האט נישט געקענט פארדייען קיין שום עסען, צוויי ספעציטליסטען האבען איהם געהיילט זיי האבען אבער גאר נישט געקענט אויפטאהן ווייל זיי האבען נישט געפונען ביי איהם קיין שום סימנים האבען געפונען פון וועלכער וויירל איז די קרענק אין מאגען נאך 13 יאהר קראנק זיין, איז דער חולה געקומען צו דאקטער אלסעקער. נאכען אונטערזוכען דעם חולה האט דער דאקטער איוסגעפונען אז די קרענק איז אן-איינגערעדטע, דער מאגען איז פולשטענדיג געזונט דעם אינזשינער דוכט זיך נאר אז ער איז קראנק. דער דאקטער אלסעקער האט דעריבער נישט געהיילט דעם מאגען נאר דעם גייסטיגען צושטאנד פון זיין פאציענט און עס איז געשעהן א וואונדער נאך צעהן וואכען היילונג איז דער פאציענט פולשטענדיג געזונט געווארע ער האט אנגעהויבען אלץ עסען און האט פארגעסען אז ער איז ווען עס איז קראנק געווען. דאקטער אלסעקער שרייבט, די מענשען וואס ריידען זיך איין אז זיי זיינען קראנק זיינען באמת קראנק און זייערע ארגאנען פארהאלטען זיך אזוי פונקט ווי זיי וואלטען טאקע באמת געליטען פון דער קרענק וואס זיי האבען זיך איינגערדט אז זיי ליידען פון איהר, זיי ליידען פון א גייסטיגער צערודערונג און דער גייסט איז אזוי שטארקן אז ער פיהרט אן מיט דעם קערפער צי די ווירקונג פון גייסט אויף דעם קערפער זאל זיין א ברכה אדער א קללה פאר דעם גוף דאס ווענדעט זיך פון דער ריכטונג אין וועלכער דער גייסט גייט (דר. סארנאס מעטאד)
די מאדערנע מעדיצין שטייט פעסט אויפין שטאנדפונקט אז כדי דער קערפער זאל זיין געזונד מוז דער גייסט זיין א געזונטער. דאס אמאליגע ווערטעל, אין א געזונטען גוף געפינט זיך געזונטער גייסט דארף איבערגעדרייט ווערען מיט דעם קאפ אראפ, מיט א געזונטען גייסט קען זיין א געזונטער קערפער די תורה די אידישע אמונה זוכט צו שטארקען אונזער גייסט אונזער אינערליכע פעסטקייט און אנשפאר אין לעבען ממילא איז עס א תורה פון וחי בהם, תורה פון לעבען און געזונט זיין ולמען תאריכו ימים' לאנג לעבען און גוט לעבען מיט א ריינעם הארצען און ריינעם געוויסען ווער עס פארברעכט אבער געגען די געזעצען פון דער תורה פארברעכט געגען די נאטור געזעצען די פארלעצער פון די תורה געבאטען ווערען באשטראפט דורך זייערע אייגענע הענד דורך זייער נישט אויספאלגען די פארשריפטען פונעם דאקטער אויף צו היילען זייער קרענק.