- זיך איינגעשריבן
- אקט. 6, 2024
- מעסעדזשעס
- 91
- רעאקציע ראטע
- 396
כתוב אחד, הכתוב וחרוט על לוח ליבי, אומר:
דער הייליגע באליבטע חתם סופר, רמב"ן, רש"י הק', רבותינו הקדושים, לעכטיגע טייערע פאן טרעגער פון מסורת אהבה ונאמנות, זיי זענען מיינע היראוס, איך ליב זיי, איך טשאטשקע מיך מיט זייערע ווערק, איך בין אינספירירט דורך זיי, בקיצור איי לאוו דעם!!!
וכתוב השני אומר:
ס'איז מיר נישט קיין ספק אז ארטאדאקסיע איז א ברכה לבטלה, האט נישט קיין שום זין, ולאף אחד לא איכפת בין שוחט מן הצוואר ובין שוחט מן העורף, יא געמאכט א היתר עיסקא אדער נישט, יא פארקויפט דעם חמץ אדער נישט, און אפגערעדט אז חרדיזם איז איין שטיק הבל ורעות רוח.
אלזא, טייערע אידן, וויאזוי לעבט מען מיט די צוויי אנערקענונגען צוזאמען?
איך בין נישט קיין רעבעל! איך בין אנוס על פי שכל הישר. רבוש"ע וואס טוט מען דא!!!
שוין, גוט שבת ברידער און שוועסטער