שרייב

זית רענן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
366
רעאקציע ראטע
2,885
פונקטן
423
אידישע ליטעראטור
ווי גרויס זי איז,
בוכשטאבן אפאר
כ"ב אותיות.

שרייבער פון אלע סארטן
הערליכע יצירות,
ווי פארביגע טארטן
ביים שבת'דיגן זמירות.

איינער קנעט
איינער פלעכט,
איינער בעהט
א גאנצער געפעכט.

יעדער מיט זיין מיטל
מיט אן אייגן גאנג,
שרייבט דאס אייגן קוויטל
קורץ אדער לאנג.

א פזמון א מזמור
ווערטער געפלאכטן,
א חידוש ס'איז מיר
גאר אומגעראכטן.

א כח החידוש
א געדאנק אזוי ניי,
ווי הערינג נאך קידוש
שוין אט פארביי.

שטייט אזוי פעסט
ווי א באלקן פון שטאל,
די ווערטער מ'עסט
מיט אן אפענענם מויל.

איינמאל געשריבן
באלד פאבליצירט,
די אויגן געריבן
צום אייביגקייט געפירט.

אויב די יעצטיגע
זענען מוחות קליינע,
האפנטליך די לעצטיגע
זענען אויגן ריינע.

ארויף מיט'ן ארבעל
ביים טיש'ל שרייבן,
קיין חילוק דאס פארב'ל
דעם פאפיר'ל רייבן.

פארקויף דיינע פראדוקטן
לייג זיי ארויס,
א ציווי אן אנגעזאגטן
ווי פון דיין פאטער'ס הויז.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top