Jdm
ערשטמאליגער השתדלות מיטינג דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינעם 'טראפ טאוער' אין מאנהעטן
מאנהעטן - אין אן אומגעווענליכע און היסטארישע שריט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפן איינליידונג פון די טראמפ קאמפיין פאר ווידערוויילונג, נעכטן אינדערפרי אראפגעפארן קיין מאנהעטן צו האבן א פערזענליכע שתדלנות מיטינג מיטן זוהן און פאליסי באגלייטער פון פרעזידענט טראמפ אריינצושטעלן גאר וויכטיגע אידישע אינטערעסן אינעם סדר היום און פאליסי-פלענער פונעם געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ. די פלאן פונעם באזוך האט זיך אנגעהויבן מיט ארום צוויי וואכן צוריק, ווען עס איז אריבערגעקומען צום רבי'ן א שתדלן און נאנטער צום טראמפ קאמפיין, הרב יהודה קאפלאן הי"ו פון נארט מיאמי, וועלכע איז א גרויסער געשעפטסמאן אין די פלארידא סטעיט און האט אין די פארגאנגענהייט געהאט אסאך ביזנעס קאנטאקט מיט די טראמפ פאמיליע, און היינט צוטאגס דינט ער ווי דער פארבינדונגס מאן פונעם קאמפיין צו די חרדי'שע געמיינדע אויף פארשידענע פראנטן.
הרב קאפלאן האט געבעטן פונעם רבי'ן אין נאמען פונעם קאמפיין אז זיי ווילן האבן א מיטינג צו הערן אונזערע געברויכן, נאכגעפאלגט מיט א פערזענליכע צוזאמענטרעף מיט'ן קאנדידאט, כדי צו ערהאלטן די אינדארסירונג פון סאטמאר'ס בלאק-וואט, און באקומען די אלגמיינע שטיצע פון ארטאדאקסישע אידן אין ניו יארק ביי די קומענדיגע נאוועמבער וואלן. דער מיטינג וואס איז פארגעקומען אום 10:00 אזייגער פארמיטאג האט געדויערט א שעה צייט און איז פארגעקומען מיטן זוהן פונעם פרעזידענט מר. עריק טראמפ, וואס איז דער געהילף פון זיין טאטן ווען עס קומט צו באגלייטן די צוקונפטיגע אדמיניסטראציע פאליסיס און טראנזישאן טיעם, ביים מיטינג האבן זיך באטייליגט אינאיינעם מיטן רבי'ן העסקן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, דער קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און העסקן הרב ר' שלום יוסף הערשקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג. עס איז אויסגעשמועסן געווארן די ברענעדיגע נושא פון די גזירת החינוך אין ניו יארק מיט א פלאן צו פארמירן א נייע פעדעראלע געזעץ וואס זאל באשיצן אונזער חינוך המסורה לנו מדור דור איבער אלע 50 סטעיטס, אויך איבער דעם וואוקס פונעם שטאט קרית יואל, ארויסברענגענדיג אז זייענדיג אין די ריעל עסטעיט ליין ווייסט די טראמפ משפחה וואס דאס מיינט, אז א פלאץ וואו ס'איז 50 יאר צוריק געווען א מדבר שממה, איז היינט פארהאן א שטאט פון ארום 8,000 משפחות, דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די כשר'ע שחיטה.
מען האט אויך ארומגערעדט איבער די אלגעמיינע חלל אין קשר צווישן וואשינגטאן און די חרדי'שע אידענטום אין אמעריקע, זינט זייער אסאך מאל קומט אויס אז די ווייסע הויז שטעלט אלס אידישע ליעיזאן אזעלכע וואס פארשטייען בכלל נישט די געברויכן פון די ארטאדאקסישע קאמיוניטי און עס איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער היימישער ציבור באשטייט פון טויזנטער מענטשן און עס איז וויכטיג אז וואשינגטאן זאל האלטן מיט אונז א קשר דורך ליעיזאנס וואס האבן א פארבינדונג מיט אונז און פארשטיען אונזער געברויכן.
ותטה לב המלכות עלינו לטובה.