סאטמארער קוריאזן

אלטע שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 7, 2024
מעסעדזשעס
237
רעאקציע ראטע
771
פונקטן
113
מ'זאל באמת עפענן א שנירל וועגן יעדער קהלה\קרייז\פארטיי\קולט. איך האב עפעס וועגן סאטמאר, דעריבער עפן איך דער שנירל.
דו זעסט? די לעצטע מאל מ'האט אזוי שטארק מקדש געווען שמו ברבים, איז געווען ביים התייסדות מדינה הטמאה.
און דערנאך ביי די מעמד. וואס פארא מעמד פרעגסטו? וועמן גייט עס אן? אבי א מעמד.

1734649399556.png
 
פארוואס? ווייל איין טוויטער הענטל האט דאס געשריבן מאכט דאס פאר "קהילה קוריאזן"? אפשר זאל מען צולייגן דעם "הדרא דלא אפשר למפרט" אדער דעם "היסטארישן צוזאמקום אין קהילת xx" וכדו'?

איך וואלט ענדערש געפאוקעסט אויף אבסעשנס פון קהילות, ווי די שוואנצאנעס אין מרכז אדער די "הגה"ק" ביי סאטמאר מהר"א וכדו'
 
עפען אן אשכול וועגן דעם אויך.

דאס איז א סאטמארער קוריאז ווייל נאר א סאטמארער קען דאס טון. דעט'ס איט. נעם עס נישט צום הארצ'ן. איז דאס נישט קיין אפיציעלע סאטמארער הענדל? געווענדליך שרייבן זיי קהל'ס זאכן, ניין?
 
וועלעכע חלק קען נאר א סאטמערע טיען?
 
שרייבן אויף עפעס א כינוס אז מיום הוותדה איז נאכנישט געווען אזאנס ווען גיוס בנות כינוס פאקט דאס צאם צען מאל
נאר א סאטמערע קען שרייבן פאלשע פראפאגאנדע אויף א כינוס פין זייער חסידות??? אדער דווקא דעי ווערטער איז די געוואלדיגע חידוש, וואס נאר א סאטמארע קען טיען?

איך פרעג ווייל איך פארשטיי באמת נישט
 
מ'דארף מסביר זיין די דזשאוק.

די נארישע שרייבער האט געזאגט אז זייט התייסדות המדינה איז נישט געווען אזא קידוש השם. הייסט'ס התייסדות המדינה איז א קידוש השם. דאס איז די גאנצע.
 
נאר א סאטמערע קען שרייבן פאלשע פראפאגאנדע אויף א כינוס פין זייער חסידות??? אדער דווקא דעי ווערטער איז די געוואלדיגע חידוש, וואס נאר א סאטמארע קען טיען?

איך פרעג ווייל איך פארשטיי באמת נישט
ניין די חידוש איז אז ער מאכט אזוי אוועק די התייסדות קרן הצלה, ווען די רעבע האט געזאגט אז די אבות הקדושים זענען דא.. ער מאכט אוועק זיין כינוס בארקלעיס, זיין מאסע הקוידעש תש"פ, אלעס פאר א פיצי מעמד מיט 50 מנהלים...

סאו ס'איז נישט איבערגעטריבענע פראפעגאנדע, ס'איז סתם א לאטקע
 
און דאס קען נאר א סאטמערע טיען? ביי אנדערע חסידות עקזיסטירט עס נישט??
 
מ'דארף מסביר זיין די דזשאוק.

די נארישע שרייבער האט געזאגט אז זייט התייסדות המדינה איז נישט געווען אזא קידוש השם. הייסט'ס התייסדות המדינה איז א קידוש השם. דאס איז די גאנצע.
סא זיין טעות קען נאר א סאטמערער מאכן?

דו קומסט נישט אריין קלאר.

אגב, אמת ער האט עס טאקע געשריבן אויף א וועג וואס מען קען אויסטייטשן וואס דו שרייבסט האט ער פארט נישט דאס געשריבן.
 
איך האב געהערט די פאר ווערטער פון יואלי לאנדא וואס מ'האט מפרסם געווען, וועגן דאווענן מנחה אין מאנהאטען, און עס האט מיר דערמאנט די שניר.

יעדער לעבט אין די אייגענם באבל, עס איז זיס צו הערן וויאזוי עס דרוקט זיך אויס.
 
סאטמאר וויל מפרסם זיין אז די עירוב איז פסול. אבער זיי דארפן אפיציעל, ווינק ווינק, האלטן אז עס איז נישט דא קיין עירוב. וואס טוט מען? מ'רופט עס אן 'א.ג.', און דערנאך לייגט מען צו אז עס איז 'פסול פאר יעדעם', ווייל פאריגע וואך איז עס נאר געווען פסול פאר געוויסע, און דאס הייסט מפרסם געווען אז די עירוב איז פסול.
IYKYK
 
Back
Top