טאמעטע דיפ
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 61
- רעאקציע ראטע
- 162
- פונקטן
- 38
נישט דא קיין ווערטער
ק/פ פון Yiddish24:
ק/פ פון Yiddish24:
Yiddish 24 | בולעטיןשרעקליכע שיסעריי טעראר אטאקע אויף אויטאבוס אין ירושלים מיט זעקס קרבנות הי"ד און פילע פארוואונדעטע: די טעראָריסטן וואס זענען אנגעקומען מיט א קאר זענען אַרויף אויף באָס נומער 62 און געעפנט הייס פייער אויף די פּאַסאַזשירן, אזוי אויך האָבן זיי געשאָסן אויף דרייווערס פון אַרומיגע קאַרס. א באַוואָפנטער ציווילער, און אויך א מדינת ישראל סאלדאט וואָס האָבן זיך געפונען אינעם געגנט האָבן רעאַגירט און געשאָסן די צוויי טעראָריסטן צום טויט. צווישן די זעקס אומגעקומענע וואָס זענען שוין אידענטיפיצירט געוואָרן איז א איד ביים נאָמען לוי יצחק פיש הי"ד, וועלכער האָט געאַרבעט אַלס הענדימאן אין די ישיבת קול תורה אין ירושלים, און א 25 יעריגער בחור יעקב פינטאו הי"ד.
אויסער די זעקס אומגעקומענע זענען דאָ 12 פאַרוואונדעטע וואָס זענען אָפּגעפירט געוואָרן אין שפּיטעלער, וואָס פון זיי זענען זיבן אין א שווערע צושטאַנד און דריי אין א לייכטערע צושטאַנד.
די טעראָריסטן זענען אַריינגעקומען קיין רמות ירושלים פון די אַראַבישע דערפלעך אין בנימין געגנט, איינער פון כפר קאטנא און דער צווייטער פון כפר קאביבא, און די מדינת ישראל מיליטער האָט זיך אַהין אַראָפּגעלאָזט פאַר אַפּעראַציעס אין די לעצטע מינוטן.