סימנא מילתא היא

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
621
רעאקציע ראטע
2,719
די גמ' אין הוריות דף י"ב ע"א און אויך אין מס' כריתות רעדן וועגן דעם ענין צו עסן (אדער צו קוקן) אויף עסן וואס זייערע נעמען ווייזן אויף פאזיטיווע זאכן (ווי למשל קרא, רוביא, כרתי, סילקא, תמרי). און אין ש"ע ווערט טאקע גע'פסק'נט אז מ'זאל זיך אזוי פירן מיט סיי וועלכע עסן וואס קען ווערן אפגעטייטשט אויף די שפת המדינה אויף וועלכע מ'איז נאר צו געוואוינט צו רעדן.

כ'האב מיך שטענדיג געווינדערט וואס פינקטלעך מיינט דעם סימנא מילתא היא, איז עס מער א געטליכע פענאמענאן אין די פארם פון א סגולה, אדער סתם ווייל די מענטש טוט עס געדענק ער עס בעסער, אויף וואס צו בעטן, ווי ס'שטייט שוין.

איך פלעג מיך אסאך קאכן אין סימנים ר"ה ביינאכט און אפילו געמאכט סימנים דעם צווייטן נאכט, ווייל מיט דעם שלעפט מען דאך אראפ גוטע השפעות. ביז פאראיאר האב איך איינגעזעהן אז ס'האט נישט געהאלפן האב איך עס נישט געטוהן און טאקע געזעהן אז ס'נישט מעלה אדער מוריד, א סגולה ווי אלע סגולות.

אבער היי יאר האב איך פארשטאנען אז דאס איז א מין פאזעטיווע ענערגיע וואס דער מענטש נעמט אריין אין זיך און הייבט אן דעם נייעם יאר מיט א פרישקייט. אזוי אויך די פסוקים וואס מ'זאגט מוצ"ש אויף הצלחה וברכה, וואס איז פשוט א גוטע געשמאקע ענערגיע. במילא הייב איך עס אן מיט א פרישקייט. איינמאל מ'איז משיג דעם סוד פון סימנים קען מען שוין אויך צולייגן נייע איידיעס.

עמער אנהייבן מיט ביר, ביר אין לשה"ק הייסט שכר. שכר קען ווערן אויסגעשטעלט אויף פארשידענע מיני וועגן וואס רוב דערפון זענען זייער פאזיטיוו, והנה
כשר אזויווי שעת הכשר
כשר
שכר
רכש-רכש גדול

קנאביס (שטייצעך ב'אינדיקע הכתוב מדבר..)
האב איך געטראפן עטליכע גימטריות וואס האבן מיך שטארק געפאלן. ווי למשל
קנאביס=223
אדם מצליח
אין עוד מלבדו
אבוא ואראה
בני אם חכם לבך
גוי צדיק
דבר טוב
הבריאה


קנאביס רפואי=520
אהיה שלחני אליכם
אושר אהבה
ויהי איש מצליח

יי"ש=320
וְקוֹיֵ הוי"ה יַחֲלִיפוּ כֹחַ
סובב כל עלמין
בני חיי מזוני יוד ה-ה וו ה-ה
א-ד-נ-י

יין=70
ודודי לי

שרומס=606
אין יאוש בעולם כלל
וברחמים גדולים אקבצך
חיים מתחילים
יעלצו בח אהבי שמך
הוי"ה רעי לא אחסר

איוואסקה=189
הוא סימן טוב
אין טוב הימנו
יוֹם חֶדְוָה יָבא אֵלֵינוּ

וואס נאך?? איינער האט נאך גוטע סמנים וואס קען אריינברענגן גוטע געשמאקע פאזיטיווע ענערגיע לכבוד דעם נייעם יאר זאל זיך נישט צוריקהאלטן, וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים.
 
Back
Top