סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמיט

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,775
אוי טאטע טאטע, וויפיל אידיש בלוט איז נעבעך פארגאסן געווארן בלויז אין די יארן פון תרצ''ט ביז תש''ה (1939-1946), כמעט גאנצע 7 יאר זענען רח''ל רוב רובם פון די אייראפעישער אידענטום נעקד געווארן על קידוש השם, למען כבודך.

אידן וואס האבן דאן געהאט א געלעגענהייט זיך ראטעווען מיט ממש א קלייניגקייט, זיי האבן נאר געדארפט אריין סטעמפלען א C בוכשטאב אויף זייערע אינדענטיפיקאציע פאפירן וואס די קירכע אין טשעכסלאוואקיע האט פארקויפט, איז דאס געווען א פאס נישט צו ווערן דעפארטירט.

די אידן וואס האבן די געהאט די דאזיגע געלעגענהייט זענען געגאנגען אנפרעגן די דעת תורה צו מען מעג לייגען אט די C.

געוואלד עס איז דאך פקוח נפש, כל התורה כלו מעג מען דאך לייגן אין די זייט ווען מען רעדט פון א לעבן פון א איד. און נישט סתם א איד, נאר אפי' א איד וואס האלט ל''ע ביי די גסיסה מעג מען אויך עובר זיין על כל התורה כלו אויסער לייקענען אין הקב''ה. א היתר אן אויסרייד איז דאך אזוי פשוט צו ניצען דא. לייקען איך דען מיין אידישער אידענטיטעט מיט לייגן א C אויף מיינע אינדענטיפיקאציע פאפירן, איך לייקן נישט אז איך בין א איד בפה, עס שטייט נאר א C אין די פאפירן מאן יימר אז עס מיינט קריסט אפשר מיינט עס גאר עפעס אנדערש?

אפי' הכי האבן זיך סתם פשוטער עמך אידן אפגעהאלטן פון ראטעווען דאס אייגענער לעבן פון זיך און די גאנצע משפחה נאר נישט עובר צו זיין אויף א ספוק כפירה. זיי האבן זיך געלאזט פירן כצאן לטבח נאר נישט צו האבן דעם C אויף די אינדענטיפיקאציע פאפירן.

כאף נישט, פון וואס רעדסטו דא עקזעקטלי, ווי פאלסטו פלוצלינג אריין אין טשעך מיט C אין צאן לטבח. וואס די פליף רעדסטו דא פון.

בדרך אגב, סתם פאר נייגעריגקייט וויל איך מפסיק זיין פאר א רגע פונעם ארטיקל און פרעגן א שאלה אייך ליינער. איז דא איינער וואס ליינט די תגובה און ער ווייסט נישט פון וואס און ווען איך שרייב דא?

איך מיין אַז אז עס איז נישטא דא אזא איינער.

ווי ציל איך דא מיט די מאדנע אריינגעהאקטע שאלה? ווארט א מינוט ליין מיט געדולד וועסטו זייער גוט פארשטיין.

קריסטאל נאכט אום אלול תרצ"ט סעפטעמבער 1939 אין דייטשלאנד האט אויס געבראכן די פאגראם פונקט ווי אין די אלטע צייטן פון אריבער הונדערט יאר פריער. פאר ציוויליזאציע, און LAW & ORDER איז בכלל נישט געווען א מושג. א יעדער פריץ האט געטוהן כל מה שליבו חפץ, זיך איזדעקעווען אויף די איינוואוינער פון זיין דארף ווי א טאבא איןַ זייןַ שפיל גארטן, געווארפן, געשטויסן, צופלאצט דעם טאבע. ממש אזוי זענען די איינוואוינער געווען אין די האנט פון די פריצים פון די דערפלעך אין אייראפע.

עס האט זיך געקענט אויף שטעלן א גלח א וויסטער מנובל, אן אנטיסעמיט און פרעפלען אין קירכע, די אידן דאס, די אידן יענץ, און ווידער די אידען, דאן האט זיך די יעניגער זונטאג געגאסן אומשולדיג בלוט אין די גאסן.

פון וויפיל נפשות מיינסטו טייערע ליינער איז געווען ביי אזא פאגראם (אפי' איינס איז שוין איינס צו פיהל. אבער לאמיר טראכטן פון דזשאסט די נאמבערס נישט פון די פאקט אז איד ווערט געהארגעט אין א שונאת ישראל אטאקע וואס גאנץ כלל ישראל האט אין די גאנצע וועלט געכאפט א קלאפ). רוב מאל, ניטאמאל איינס (גוטע קלעפ האט מען געקענט כאפן, אבער רציחה לאו דוקא ביי יעדע פאגראם). אויב האט זיך שוין יא געמאכט אז עס איז געווען געהארגטע, איז עס געווען אחד מעיר. אויסער ביי די באקאנטע גרעסערע פאגראמען וואס איז געווארן אריין געקריצט אין די בלוטיגע אידישע היסטאריע זענען רח''ל געוועזן מערערע טויט פעלער.

אבער די יעניגער פראגראמישע נאכט "קריסטאל נאכט" ווי עס איז געווען אנגעריפן די נאכט פון גלאז אלע אידישע פענסטערס אין בערלין זענען געווארן אויסגעשאסן דורך די עס. עס. וואנדאליזים. יענער נאכט אליינס זענען רח''ל אומגעקומען 89 אידן שתו''מ. איבער 40 פון די נישט פרומע קרייזן
(איסמילירטע).

עס איז נישט צום גלויבן אבער פארט א פאקט זייער אסאך איסמילירטע אידן האבן זיך געגוי'ד כאחד הגוים און אפי' געווען שטארקע פאטריאטן פאר די מוטערלאנד דייטשלאנד, אפי' נאך וואס היטלער ימח''ש איז געווארן די לאנד'ס פירער. קיינעם איז נישט אין וויסטען חלום איינפגעאלן אז די קריסטאל נאכט פאגראם איז א אויסגערכענטע אקציע פון די העד קוואדערס פון די עס. עס. פארטיי אנגעדרייט געווארן. געטראכט האט מען סתם א צווילדעוועטער אינגאטש האט אנגעדרייט די אנטיסעמיטישע אינגאטשעס, און זענען דא סתם צו מאכן פאן. די פאליציי וועט ווערן גערופן אן אפאר מינוט וועט ווערן ארדענונג און שטיל.
קיינער האט נעבעך נישט געוויסט אז די אפיציעלע עס. עס. פראטאקאל איז געווען אז די לאקאלער בערלינער פאליציי האט באין/ביש ברירה געפאלגט די עס. עס. אז עס זאל נישט זיין קיין שום פאליצייאישע סעקיוריטי ווען די ריאטן וועלן אויסברעכן ביינאכט. עס איז שטרענג אנגעזאגט געווארן צו די פאליצייאישע ביוראען אז די עמטליכע פאליציי זאלן זיך נישט מישען פרובירן ראטעווען אויב ווערן זיי גערופן צו אן אנפאל אמערדזשינסי, סיי וועמען אוןַ ווי אויכעט זאל די פאליציי נישט פאטראלירן די נאכט די גאסן כדי צו היטן אויף די געזעץ, (אט אט וועלן די נייע געזעצן אריין גיין אין קראפט אז א אידישער פערזוין נישט קיין חילוק ווי אלט אדער אינג ער/זי איז ווייניגער ווי די קאקעראוטש וואס מען צוטרעיט מסיח לפי תימן, אזוי איז אויך א איד, די אלטע געזעץ פון גלייכבארעכטיגקייט און די די דייטשע דעמעקראטיע איז אט אט א פארגאנגענהייט. די פאליציי זאל זיך נישט דרייען אין די גאסען און לאזן די עס. עס. מיליטער לייט פון די פארטיי קאנטראלירן די גאסען דעם דאזיגער נאכט.

(כדי צו פארשטיין דעם לעצטע פאראגראף, דארף מען צולייגען אן הערה קטנה. די עמטליכע דייטשע פאליציי, און ווי אויך די עמטליכע לאנד'ס מיליטער, זענען לאו דוקא געווען שטארק לויעל צו די נאצי פארטיי, נישט 100% פונעם דייטשען פאלק האט עגריד מיט פירער היטלער'ס פאליטיק. אבער די נאצי פארטיי איז דאן געווען די גרעסטע פארטיי, דער איצטיגער פירער פון לאנד (היטלער) איז די קא- פאונדער פון די פארטיי. ווי אויך האט די נאצי פארטיי שוין דאן געהאט די מערסטע בענקלעך אין פארלימענט. די אנדערע פארטייען, מיט זייערע הויפט פירערס האבן ממש מורא געהאט פאר זייער לעבן. אזוי טאקע האט פאסירט מיט ווייניגער ווי א יאר שפעטער. אלע פאליטישע שונאים (די אנדערע פארטיי לידערס) זענען נעלם געווארן פונעם האריזאנט איינס נאך איינס אויף אויסער ארדענליכע אופנים)

אין די היינטיגע יארן תשפ"ג 2023 למספ' זענען דא 20 יעריגע אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט די זכיה צו זעהן די אין האנט אריין געקריצטע ציפערן פון די אוישוויץ איבער לעבער וואס עס איז היינט א יקר המציאות. אבער פאר 25-35 יאר צוריק האבן מיר אלע געהאט זיידעס און באבעס מיט די אוישוויציר טעטא ציפערן אױף די האנט אריין געקריצט. נישט אלע אונזערע עלטערן האבן גערעדט פון די יסירי הנפש והגוף וואס זיי זענען אדורך אין די מלחמה יארן אין אייראפע. אבער וויפיל זיי האבן נישט גערעדט האבן מיר דא דארט געקענט הערן ווי זיי פארציילן פון די ארבעה מיתות בי''ד וואס זיי האבן מיטגעהאלטן אויף די בארבארישעסטע אופנים. און אויך ווי אזוי מען האט פארפייניגט די לעבנס געבליבענע, צוויגענדיג זיי מיט צו האלטן די (ספעקטאלישע) שחיטות פון טאטע, מאמע, ברידער, און שוועסטער. (עס איז נישטא די פלאץ פון די ארטיקעל צו באשרייבן די רציחות מיט די אחזריותדיגע אויפגעקומענע רשעות ווי אזוי די האפטלינגען זענען פארפייניגט געווארן אין די לאגערן אונטער די עס. עס. רוצחים) די 60-50 יעריגער אידן האבן גובה עדות געווען פון די אינהיומעינישער התנהגות פון די קאמעדאנטן ביז די יוצא משרתים פון די עס. עס. ווי וואס מער אחזריותדיגער אלץ העכער איז געווארן די ראנג פון דעם אחזור. יותר מה שכתבתי אליכם כתיב כאן.

איך פרוביר צו נישט ארויס צולאזן די פעדער אויף הפקר. ווייל די ענין פון אוישוויץ און די פיינגונגס לאגערן און ווי אויס זענען שוין קורצע/לאנגע תגובה'ס ווי עס איז שוין פארגאסען געווארן ימים פון טינט, פארמעט פון הימלען. די ביימער זענען פארשניטן געווארן פאר די סכום בליי וואס מען האט געברויכט צו שרייבן פון יענע תקופה.
6 מיליון קדושים אומגעקומען אויף קידוש השם. 6 מיליון מעשיות וואס זענען פארשטילט געווארן פאר אייביג, מער וועט עס שוין נישט געשריבען, אדער געהערט ווערן. די 6 מיליון מעשיות וואס איז טמיר ונעלם מיט די הייליגע נשמות מיט נעמענדיג מיט זיך זייערע מעשיות אין די מאסן קברים אין די אייראפישע וועלדער און פעלדער, האט א יעדע ליאדע מינוט פון זייערע לעבנס טעג ביזן דערמארדעט ווערן נאך א מעשה פון צענדליגער בלעטער וואס ליגט אויך צוזאמען מיט די הייליגע גופים באגראבן און מער וועלן מיר נישט הערן די מעשיות קיינמאל.
זכור אשר עשה לך עמלק!!!!

און איצטערט צום עיקר ציל פון די תגובה.
מאכט זיך א קרעמעל פון מאנכע מענטשען/חיות וואס זיי ארבעטן אויף קעסט און אין כלים צו פארלייקענען די אטראסיטיס פון אוישוויץ און שרייען מיט טענער וואס ווערן מיט די יארן העכער אז עס האט בכלל נישט פאסירט. לא דובים ולא יער.

רובוש''ע, ווי אזוי קען מען לייקענען היסטאריע ווען מענטשען וואס זענען דארט געווען זענען נאך דא היינט בלויז 80 יאר שפעטער. זיי פארציילן מיט דעטאלן וואס זיי אויף זייער הויט און ביין האבן די אטראסיטיס פאסירט. די מעשיות וואס איין איבער-לעבער פארציילט ווערט קאנפימירט ווען מען רעדט מיט א צווייטער איבער-לעבער אין די ווערטער זענען 100% אוטענטיש אנדעם וואס איין איבער-לעבער זאך בכלל אמאל האבן געטראפן דעם צווייטן איבער לעבער זונט די קריג זו פנה לכרמו אין ארה''ק וזו פנה לזיתו אין ניויארק, זיך צו קענען אפי' אפ-שמיעסן צו פארציילן גענוי אט דעם זעלבן סיפור. ווי אזוי קען אזא זאך פון לייקענען אזאנא פרישע היסטאריע קוים 80 יאר יונג, ווערן אנגענומען בכלל.

אט טאקע די לעצטערע פראגעס זענען דא דעם ציל פון די תגובה.

שוין יארן וואס איך גיי נאך די לייקענערס טעארעטישער סיבה פון לייקענען. און וואס זיי ניצען צו אויפ-ווייזן אז עס איז ליגענט. עס איז מיר פלאי פלאים ווי שוואך זייערע הוכחות זענען אבער נאך אלס איז עס א מאוומענט וואס ווערט מער און מער במשך די יארן ריקען זיך ווייטער פון די היסטאריע. וויפיל צייט מער עס גייט פארביי ווערן זיי זיכערע און זיכערער מיט זייער פאזישאן עס איז א פליכט פאר אונז צו איבער געבן פאר די קומענדיגע דורות וואס עס איז פארגעקומען אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט.

פארזעצונג אי''ה בקרוב ממש וועלן מיר באארבעטן די לייקענונגען פון אוישוויץ/בירקאנאו מיט די טענה פון דאס שולדיגע אורטייל פאר די אומשולדיגע נאציס אפ''ל.
 
אוישוויץ/טרעבלינקע לייקענער
דער קאמענדאנט פון אוישוויץ איז געווען רודאלף האס.

רודאלף האס איז געבוירען געווארן אין יאר תרס''א 1901 למס' אין די שטאט באדען דייטשלאנד.

און צווישען תר''צ 1930 און תרצ''א האט ער זיך רעגיסטרירט צו די נאצי פארטיי. און ווי אויך האט ער אריינגעשטעלט אן אפליקאציע צו דינען די עס. עס. געווארדיע.

א שטיקעל הפסקה פון ידיעות און היסטאריע כדי צו פארשטיין ווי אזוי זאכן האבן זיך איוואלווד.

ווי באקאנט די ערשטע וועלט'ס קריג נאך פיר יאר פון שווערע שלאכטן און שרעקליכע חרבנות ממש על לא דבר, פשוט אייראפישע פאוערפול מדינות האבן זיך געוואלט אויסשפרייטן, און אויך די עססעסינעשאן פון ארטש פראנז פארדינאנד (א לענגערע אריכות) איז געווען די גורם פון די שווערע שלאכטן. האט זיך ב''ה געענדיגט אין נאוועמבער תרע''ח 1918 למס' מיט א שווערע פארלוסט פאר די דייטשע מיליטער. די דייטשן זענען דאן באשטראפט געווארן מיט גאר שווערע סאנקציעס דורך די גרויסע וועלט'ס מאכטן, אן קיין שום מעגליכקייט זיך צו הייבן דעם קאפ צו נישט מאכן קיינע חרבנות נאכאמאל.

די סאנקציעס האבן ממש פארקריפעלט דייטשלאנד אויף אלע פראנטן. די עקאנאמיע איז געווען ממש אזוי טויט עס איז נישט געווען קיין געלט צו פיטערן דאס פאלק. די מאסען האבן זיך געדרייט אין די גאסן ווערענדיג משוגע מיט די צייט, פיין, הונגער און דערשלאגען. כסדרדיגע אומרוען האט אויס געבראכען כסדר אין די גאסן פון דייטשלאנד. דראגס איז געווארן די נאמבער 1 אייטעם פון וואס מענטשען האבן פשוט אדורך געטראגן דעם טאג. דראגס ברענגט וויילענדס.

איז אויף געשטאנען א חיה רעה מיטן נאמען אנטאן דרעקסלאר Anton Drexler (נישט צו וויכטיג צו וויסען פאר די השתלשלות ווער און וואס, און פון ווי ער איז געווען וכ''ו, פאר יעצט. עוד חזון למועד) און מחליט געווען אז די ווערסייל אפמאך האט פארשעמט און דערנידערט דעם דייטשען הויך געשפיצטער כבוד.

אנטיסעמיטישע, און אפאזיציע אנטשויעישע מענטשען האט די געדאנקען פון א נאציליסטישע נייער פארטיי געדאנק גאנץ פיין געשמעקט, אזוי וועט מען זיך ארויס זעהן פון די שווערע לאגע.

א יונגער דורך געפאלענער פעינטר, א סאלדאט פון די געוועזענע דייטשע מיליטער, א וויסטער אנטיסעמיט איז אויך געווען א יונג וואס האט נישט געקענט אראפ שלינגען די פארשעמונג פון די דייטשע רייך, א נאציליסטישע פארטיי האט עים אויס געזעהן א גוטער בריק צוריק צו ברענגען די דייטשע שטאלץ ווי עס איז געווען פארן ערשטן וועלט'ס קריג. און זיך צו אופרייסן פון די ווערסייל אפמאך.

צוביסלעך האט די נאציליסטישע שיטה אנגעהויבן שלאגען ווארצלען צווישען אנטיסעמיטן, און אנטי-קומניסטען וכ''ו.

דער אינגער היטלער האט אין תרע''ט 1919 למס' מחליט געווען אז די נאציליסטישע פארטיי איז גאנץ א גוטער פארצוג צו הייבן די דייטשער סטאטוס צו וואס עס איז געווען בעפאר די ערשטע וועלט'ס קריג און זיך איינגעשריבן פאר א פארטיי מיטגליד.

ביי די געווענליכער מיטינגס פון די נאצי פארטיי וואס די מיטגלידער האבן זיך געטראפן אדורך צו שמועסן זייערע פלענער ווי אזוי צו ווערן אן אפיציעלער איינערקענטע פארלימענט פארטיי מיטגליד און שטעלן די פאונדעישאנס פון פארטיי ליניעס, האט זיך דער אינגער היטלער קופץ געווען בראש ביי די מיטינגען געיאוועט מיט קאריזמאטישע רעדעס פון נאציליזים און ווי אלע מיטגלידער האב געקלאטשט אין סופורט פון זיינע שטארקע נאציליסטישע אנטשויאינגען. און אזוי איז ער ארויף געקראכן אין זיין סטאטוס אין די פארטיי ביז אין יאר תר''פ 1920 איז געווען וואלן אין די נאצי פארטיי צו טוישען די נאצי הויפט פון דרעקסלער צו היטלער.

די עס. עס. (שיץ שטאפעל) געווארדיע איז געגרידעט געווארן אין יאר תרס''א 1921 פאר די איינציגסטער ציהל פון באדי-גארדירן דעם נייען אינגער פארטיי לידער היטלער. אזוי ווי ער איז געווארען פארפיינטעט ביי די אנדערע פארלימענט פארטייען וואס האבן אנגעהויבן רילייזען דעם ציהל צו ווי די נאצי פארטיי ציהט צו.

צו לעגיטימירן די פארטיי אין פארלימענט איז נאר געווען די ערשטע סטאנציע. און דאן איבער ווארפן אלע אנדערע דעמאקראטישע פארטייען און ווערן אן איבערוויגענדע רוב און אזוי קענען ברענגען דייטשלאנד צו א נאציליסטישע לאנד ווי מינאריטעטן, שונאים פון די נאצי פארטיי וועלן קענען ווערן אונטערדריקט און גערודפט דורך די געזעץ אפיציעל, וויבאלד רוב פארלימענט מיטגלידער וואס זענען נאציס וועלן שטומען ביי די וואוטס פאר די נייע דייטשע/נאצישע קולטורישע געזעצן.
 
פון די יארן תר"צ - תרצ''ג 1930-1933 למס' האבן זיך די נאצי פארטיי געשטארקט ישרצו וירבו במאוד מאוד, עד כדי כך אז בתוך די יארן איז היטלער געווארן די שטערקסטע מענטש נאך פאן וואן לינדענבערג.

און דאן אין יאנואר 1933 איז ער געווארן אפוינטעד נאך לינדענבערג פאר קאונסלער אויף דייטשלאנד. מיט פארשידענע טריקס פון פאליטיק און מיליטערישע אקציעס וואס זענען געמאכט געווארן אדורך די עס. עס. גרופע וואס איז במשך די יארן געווארן צו גאר א גרויסער געווארדיע פאר די פארטיי'ס סעקיוריטי פירמע און אכטונג געבען אויף די אינטערעסע פון די נאציס.

און יאר תרצ''ח 1938 למס' איז ענדליך די פארטיי געווארן לעגיטים אין די רייכסטאג אין דאן האט זיך אנגעהויבן די דיקטאטורישער מלאכה פון היטלער @berlbalaguleh האט פריער אין א תגובה דערמאנט וויאזוי עס איז געשעהן אזוי פליצלונג.

דאן האט זיך דער היטלער דערווארבען די ווילדע איינצוגען פון פוילן, און ווי באקאנט ווייניגער ווי א יאר שפעטער איז פוילן געווען אונטער זיינע שטיוועל.

די דייטשע מיליטער האבן זיך געטוהן דאס זייעריגער. אבער דא האט זיך אנגעהויבן א פרישער דעפארטמענט די עס. עס. וואס זיי זענען געווארן אקטיוויזירט צו קענען זיך נוקם זיין אין אלע שונאים פון דעם פירער און פונעם לאנד.

די עס. עס. האבן זיך ארויס געלאזט אויף א ריקרוטמענט פראסעס, פארשטייט זיך די גרעסטע שדים, בלוט זויגערס. מען האט ארויס גענומען ווילדע בלוט דארשטיגע פארברעכערס פון תפיסה צו העלפן איינשפארן און אילימנירען די שונאים פונעם פירער און פון די פארטיי. פון יפרוץ מלחמה ועלוי מן הארץ. מען האט נישט געקענט צו לאזן אז א שונא זאל נישט צוטערן אימת מות זיך צו דערוואגען צו זאגען, אדער פרעגן.

און פאר די תפיסה האט די עס. עס. (וואס איז געווען ממונה אויף די שיץ פונעם פארטיי און פירער) מחליט געווען אז די תפיסה איז דאס בעסטע צו שטעלן אויסער דייטשלאנד, מען זאל דאס אויף שטעלן אין די ווייט איינקעסירטע פוילן וואס קיינער זאל זיך דארט די נאז אריין שטעקן. אומר ועושה.

דער ערשטער עמטליכער לאגער אוישוויץ/בירקאנאו ווערט אויף געשטעלט אין ת''ש 1940. 40 מייל ווייט פון קראקא א קליין פארווארפן שטעטל ארום גענומען מיט גאר שטארק געדיכטע ביימער. דאס פלאץ איז פאסיג פאר כמה וכמה סיבות. אויס צופירן השחתה און די וועלט וועט נישט זעהןַ נאך א מעלה וואס אושוויץ האט געהאט וואס לכך נבחר. עס איז געווען אן איזולירטע פלאץ שווער צו אנטלויפן און אויך נאנט צו ריזיגע אידישע צענטערן וואס דאס וועט פילפאכיג פארגרינגערן די אידן פראגע מיט די טראנספארטאציע. עס איז א געגענט וואס איז רייך אין מינעראלן, קוילן, וואס די דייטשען האבן געהאפט צו קענען ניצען אין די קריגס אפעראציע, און עס אויס גרובן מיט די אינםארסירטע ארבעט פון די עריסטאנטען.

אן פאר דעם קעמף איז אויס דערוועלט געווארן דעם רודאלף האס פאר די קאמענדאנט פון די לאגער.

רודאלף האס איז געווען דער באקאנטער פיגור וואס האט מיט סייענטס אויס געטראפן אז מען קען ניצן דעם צייקעלאן בי געזאלין וואס איז פרודעצירט געווארן אין יאר תר''פ 1920 ביי א קאמפאני אין דייטשלאנד וואס הייסט דעגעש אויסצוראטן אינזעקטן אין ביניינים קען אויך ווערן גענוצט צו פארגאזן די אלע וואס ווערן נידון למיתה פאר די חטא פון טרעזיןַ
 
עס טוהט מיר זייער לייד.

א יעדעס מאל וואס איך וויל זיך נעמען צו די נושא וואס מיר ווילן דא אדרעסירן, טרעף איך זיך ווייטער ארויס ברענגען די היסטאריע מיט די פאקטן פון ווי אזוי און וואס אוישוויץ/בירקאנאו זענען געווען און וויאזוי מען איז אנגעקומען אהין, נקידות קטנות כדי צו צו קומען צו די לייקענערס דארפן לכאורה די אלע זאכן קודם באשריבן ווערן. אבער וויבאלד איך בין נישט קיין גוטער שרייבער קען איך בעצם נישט קומען צום ווארט, אדער ווייס איך נישט ווי אזוי. אבער טאמער איך באור נישט דעם ליינער מיט באורדינג לייען מאטריאל דזשאסט ליינט ווייטער.

ווי נאר די דייטשע שטיוועל האבן זיך געשטויסן און אידעקעוועט אויף דעם דזשאסט איינגענומענער פוילישער באדן, האבן די דייטשען אנגעהויבען בויען לאגערן אוואו איינצושפארן די פאליטישע שונאים פונעם רייך. פון אלע פלעצער האט מען עקספארטירט שונאים צו דיין נייע עטוואס טיף געבויעטע קאנצעטראציע לאגערן ווי מען וועט די שונאים מאכן פאר מענטשען. (אזוי געמאלדן, און די צייטונגען, קיינעם זאל חלילה נישט איינפאלן אז אין די קאנצעטראציע לאגערן וועט פאסירן עפעס מער ווי סתם האלטן די עריסטאנטען פאר ווערן באשטראפט פאר נישט זיין פאלגזאם דעם ריי, ווי נאר זיי וועלן זיך דער-לערנען ווי אזוי צו זיין מענטשען וועט מען צוריק אריין לאזן אין סאסייעטי.
שונאים נומבער איינס, באלשעוויקן, קאמיניסטן, דזשיפסיס, אידן.

אידן זענען געווארן אויסגערעכנט די לעצטע אפי' עס איז געווען די ערשטע מיט א טיפערע באדייט װי מיר וועלן שפעטער זעהן.

ובכן האט מען איינגעשפאנט די געסטאפא (געהיים שטאטס פאליציי) וואס היטלער האט איינגעשטעלט אין תרצ''ג 1933. לכאורה איז דאס געווען די ערשטע בוק אויף ביזנעס וואס היטלער האט געטוהן ווען ער האט איבער גענומען דאס בענקל אין רייכסטאג.

היינריך הימלער איז געווארן געשטעלט צו אנפירן מיט די נייער געהיים פאליציי. עס איז וואויל באקאנט די נעטרוישעס מעטאדן פון די געסטאפא ארויס צו באקומען אינפארמאציע פון זייערע קרבנות.

עכ''פ ווי נאר די געסטאפא האט געענדיגט מיט די קרבנות זענען די אלע קרבנות אוועק געשיקט געווארן קיין אוישוויץ/בירקאנאו פאר שווערע עבודת הפרך אזש ביז'ן טויט.

אזוי ווי די אידן זענען געווען אויף די ליסטע פון נומבער איינס שונאים וואס דאס רעכנט אריין אנשים נשים וטף. האט מען פאר זיי געדארפט האבן אן עקסטערע מהלך ווי אזוי מען פארוויקליכט צו עקספארטירן אזא ריזיגן סכום פון אזוי פיל מענטשען צו טראנספארטירן אויף איינמאל.

זענען די עס עס אויף געקומען מיט די אלט געזעסענע קעטל-קארס טראנספארטאציע איידיע, וואס איז די ביליגסטע אופן און טראנספארטירט די מערסטע מענטשען אויף איין מאל עספעשעלי ווען די פאסאזשירן פארן שטייענדיג ווי סארדינען.

און אזוי זענען טעגליך אנגעקומען קיין אוישוויץ/בירקאנאו טויזענטער פער טראנספארט א יעדן איינציגן טאג.

איצטערט הייבט זיך אן די פראגע ווי אזוי דילד מען מיט אזוי פיל מענטשען אויף איינמאל און עס זאל נישט ווערן קיין וואלדטאטן, און אלע זאלן גיין כצאן לטבח מיט א מיינסטער ארדענונג.

איז אזוי. א האלב פון דער פלאן איז דאך שוין מסודר אזוי ווי די מענטשען זענען צובראכן און צושטיוסען ארויס געווארפן פון די דירות. שוין פארלוירן דאס גאנצע האב און גוטס ביז אהער. שוין געפארן אין די וואגאנען דריי פיר טעג און אסאך פעלער מער ווי דאס אן קיין שום מענטשליכער געברויך. נישט קיין ביה''כ, קיין וואסער, און עסן מאן דכר שמיה. איז וויפיל ווידערשטאנד קען מען שוין ערווארטן פון אזעלעכע מענטשען. אבער דזשאסט אין קעיס האט מען אפגעווארט מיט א ברוך הבא אין אוישוויץ/טרעבלינקע אז עס האט זיך נישט פארגליסט צו רעוואלטירן. (אגב אין בוכנוואלד איז די ברוך הבא געווען פילפאכיג אנדערשט. עוד חזון)

די קעטעל-קאר באנען האבן זיך אדורך גשמאגעלט די ברייטע טויערן (דאס באקאנטע בילד, ווי אלע טרעקס קומען זיך צוזאם) צו אין ביטערע פרעסטן, אדער שרעקליכע היץ האבן אפ געווארט די נידריג ראנגקיגע עס. עס. סאלדאטן ביי די טירן מיט א רעמפ וואס פון דעם רעמפ האט מען זיך אראפ געלאזט צו דער באנס פלאטפארמע צו דער ערד. מיט די באקאנטע דזשערמען שעפערדס הינט, אין איין האנט, און נאגייקעס אין די צווייטע האנט זענען די קלעפ געפאלן מיט קולות וברקים אויף די מענטשען וואס פאלן ארויס פון די טירן שנעלער שנעלער, זיך אױס שטעלן.

די רענצלעך אין וואס די האפטלינגען האבן מיט זיך מיט גענומען. דאס לעצטע האב און גוטס וואס זיי זענען נאך געבליבען מיט. געווענליך קליינע סענטימענטאלישע ווערטפולע טייערע חפצים זענען גלייך אוועק גענומען געווארן פון זיי און איבער געגעבען פאר א ספעציעלער האפטלינגען געווארדיע וואס האט דאס סארטירט לפי די ערך און לויט די אייטעם מאטריאל איז געוועזן.

די העכער ראנגיקע (אויבער-שטורם פירערס) דרייען זיך ארום בלויז צו קוקנדיג ווי אזוי די ארדער גייט צו. (זיי זענען דערקענט מיט די אנדערע אוניפארמען. די פאליס היטלעך לאפוקי' די מיליטערישע היטלעך)

די סדר גייט צו אזוי. שורות ווערן אויס געשטעלט מיט די פענימער צו איינע פון די אויבער שטורם פירער (און אסאך פעלער דר. מענגעלע ימח''ש וואס האט פשוט געזוכט א געוויסער מין גענע פאר זיין סאדיסטישע שטודיעס) אבער אין א יעדעס פאל פון די ברייטע שורות וואס זענען געווענליך געווען אין די רייע אויס געשטעלט משפחה ומשפחה זענען געווארן ציטיילט צו צוויי שורות רעכטס און לינקס. דורך די אויבערשטראם פירער וואס האט באטראכט א יעדעם וואס איז איז אנגעקומען פאר עים און געוועזען צו רעכטס אדער לינקס. לינקס האט מען געשיקט די עלטערע אויסגעדינטע מענטשען וואס די רייך קען שוין פון זיי גארנישט יונק זיין, פרויען וואס האבן זיך געטראגן קינדער אין די האנט. און קינדער אונטער די אויסזעהנדע יארגאנג פון 15-16.

די אלע איבעריגע וואס זענען ארבעט'ס פעהיגע זענען מכלומר'שט געגאנגען דינען דעם רייך'ס אינטערעסע זענען געשטעלט געווארן צו רעכטס אין א שורה.

די געוויינערייען און געשרייען פון די צוטיילטע שורות זענען געווען עד לב השמים, נאך אזאנא צרות האבן זיי שוין מער ווייניגער געוואוסט וואס דאס מיינט, אבער א דייטש מיט א הויכהילכער האט אויס גערופן נישט פארפירן און עס פאסירט איצטערט גארנישט מער ווי די פריש אנגעקומענע וואס זענען ראוי צו ארבעטן גייען צו די באראקן ווי דער ארבעט איז צוגעשטעלט. און די לינקע שורה גייען זיך קודם טושן, און דאן גיין צו די געלעגער באראקן זיך צו מסדר זיין און ווארטן אויף די משפחה מיטגלידער ביז ווען זיי קומען צוריק פון דער ארבעט ביינאכט.

מאנכע האבן בלית ברירה געוואלט גלייבן דעם אויסרוף, אבער וואס עס האט דערנאך פאסירט דארפן מיר דא נישט מאריך זיין, פון די לינקע שורה איז מען געגאנגען סטרעיט צו די צייקעלאן בי. שויערס, און פון דארט צו די קראמעטאריעםס האט
שוין נישט גענומען מער פון 25 מינוט.
 
צוריק צו רודאלף האס.

א שרעק איז געווען נאר צו דערמאנען דעם נאמען. ער האט געהאט א ספעציעלער הנאה פון זיין געדאנק צו ניצען דעם קעמיקאל וואס מען האט געמאכט צו פארטיליגן אינזעקטן יארן פריער, ווי אויך עס צו ניצען אנטעקעגן די נומבער איינס שונא פונעם רייך אן אינסעקט מיטן נאמען איד.

איינער וואס איז נישט פון די ריינע ראסע איז אוטאמאטיש א שונא און ער איז אויסגעשטעלט צו ווערן פארטיליגט אן א משפט, און ער דארף ווערן פארטיליגט מיט א שנעלקייט. עס איז פשוט דא זייער אסאך פון די און טויזענטער מענטשען דארפן ווערן ערלעדיגט אויף איין שאס, שוס פולווער דארף מען פארן קריג עס איז פשוט א שאד אויס צוניצען, ווען מען קען עס טוהן שנעלער, ביליגער און גרינגער.

א באזונדערע געשמאק האט ער געהאט פון אריין קוקען אינעם לעכעל דורך דעם קליינעם גלאז וואס איז געווען אינסטאלירט אין דעם שטאלענעם שווערן טיר, מיטהאלטן ווי עס דראפן זיך אויף די גראדע ווענט די וואס טושן זיך און מאכן זיך ריין מיט דעם צייקעלאן בי גאז. סוכ''ס איז עס געווען זיין געדאנק אז דאס וועט די שנעלסטע און לעגעטימסטע וועג צו פאראורזאכן די שווערסטע פיין און אויך פארטילגען אלע וואס גייען אריין אהין אין ממש מינוטן אזוי קען מען אניאגען אסאך נפשות אין א קורצע צייט. עס איז געווען זייער וויכטיג פאר די רייך אז עס זאל זיין שנעל, אבער אויך בארבאריש.

דער רודאלף האס האט אויך געהאט א ספעציעלער הנאה פון פייניגן זיינע העפטלינגען מיט בארבעריזם וואס זייט די אינקוויזיציע האט מען נאך נישט פרובירט ביז דאן. אזוי ווי ער איז געווען פויבסטליכער פונעם אינקוויזיציע פויבסט האט ער אויס געטראפן בעסערע מעטאדן צו בארבארזירן די העפטלינגען (מיר וועלן נישט שרייבן די בארבעריזם כדי איר זאלט קענען שלאפן, און עסן ווען איר ליינט ווייטער)

ער האט כסדר געברענגט פרישע ריקוועסטס צו דר. מענגעלע צו שטודירן, און זעהן וויפיל פיזישע יסורים א מענטש קען דערהייבן און בלייבן וואך. וכ''ו (מיר זענען נישטא עקסטער ארויס ברענגען זיינע רשעותדיגע פיסכילאגישע דראנג צו מיטהאלטן און אינדזשויען אזאנא בארבעריזם)

עס דערנענטערט זיך די ענדע פונעם קריג. אין תש''ה, יאנעווער 27 1945 אוישוויץ/טרעבלינקע ווערט באפרייט דורך דעם דרייי הונדערטע און צוויי און צוואנציגסטער רייפעל דעוויזשען. געפירט דורך גענעראל איוואן קאנעוו Ivan Konev. פון די רויטע ארמיי.

די רויטער ארמיי טרעפט זיך דא פליצלינג מיט האלב טויטע און גאנצע טויטע, טויזענטער פארפייניגטע גופים, נישט וויסענדיג וואס צו טוהן, דער רויטער ארמיי זענען פון רוסלאנד געווען געוואוינט אז פליכטלינגען אן שונאים פון די מדינה ווערן געהארגעט. אינעם קרעמלין איז עס געווען באקאנט אבער אזוי פיל שונאים צו דער הארגענען אזוי. און די איבערגעלעבטע ווי אזוי זיי קוקען אויס, אפי' אין סיביר איז דאס געווען א חידוש. דאס האט זיי זייער צומישט און פארלוירן פון וואס זיי זעהן דא. דערפאר האבן קודם די אלע דייטשען וואס זענען פאראנטווארטליך אויף וואס דא קומט פאר געקענט הייבן פיס און זיך אויס באהאלטן אין לעכער, נעלם ווערן פון ווערן באמערקט אין אט די צומעשיניש פון די אום טרענירטע רויטע פויערן האט סיי געגעבן די מעגליכקייט שטייטלעך, און שטיל זיך ארויס כאפן פון די לאגער וויסינעטי.

(מאנכע זאגן אז די דייטשען האבן פארלאזט די לאגערען אפאר טאג פארן באפרייאונג, אדער געמאכט די טויט מארשען מיט די לעבן געבליבענע העפטלינגען, אוועק צו נעמען די עדות'שאפטן פון דאס וואס עס איז פארגעקומען דארט. עס זעהט מיר אויס, איך ווייס נישט צו עס 100% ריכטיג. (אדרבה קומט אריין מיט אינפארמאציע אויב איר ווייסט) אז דאס איז געוועזען מער ביי אנדערע קאנצעטראציע קעמפס. ווי טרעזינשטאט, בוכנוואלד, באכניע, אא''וו).

עס זעהט מיר ענדערשט אויס אז דוקא די אוישוויץ קאנצעטראציע קעמף זענען די עס. עס. געווארדיסטן געכאפט געווארן מער אין סורפרייז פון די רויטע ארמיי אריינשפאצירענדיג אינמיטן די פול אנגייענדע ארבייט. די עס. עס. אין אוישוויץ זענען נישט געווען 100% באריכטעט ווי די קריג האלט און אז די רויטע ארמיי איז נאנט צו זיי. ווייל אוישוויץ איז געווען ווייט אוועק פון אלעם ווי שוין פריער דערמאנט. און די קריג האט טאקע זיך נאך געצויגען א שיינע פאר חדשים נאך יאנעווער 1945 ערשט מאי 9-10 4 חדשים שפעטער יענע יאר זענען די דייטשען ערשט געווארן קאפיטאלירט.

היטלער האט דאך נישט געלאזט קיין ריקצוג און אויף געבען שטח. די ארמיי האט נישט געטארט לאזן וויסען פאר די אנדערע אפטיילונגען פון די ארמיי אדער די עס. עס. אז אין די ווייטע פוילן מאכן די רוסן פארשריט. ע''כ איז מסתבר צו זאגען אז די עס. עס. אין אוישוויץ זענען געכאפט געווארן ביי סורפרייז.
עכ''פ איך בין נישט זיכער דערינען.

איך וועל אי''ה מברר זיין און אפדעיטן די אינפארמאציע.


נאך א סברה צו זאגען אז אזוי איז עס געוועזען, ווייל די מערסטע אנטלאפענע נאציס וואס זענען שפעטער געזוכט געווארן, דורך די נאצי האנטער גרופעס ווי שמעון וויזענפעלד און זיינע העלפער, וואס האבן זיך געהאט אויס באהאלטן אין אנדערע לענדער וואס האט נישט געהאט קיין עקסטרעדישאן, זענען געווען די אוישוויץ פארברעכער. די וואס האבן זיך אויס באהאלטן ערעגץ בשעת די באפרייאונג פון די לאגער, און אזוי עלימינירט גלייך צו ווערן ארעסטירט. די צעמישעניש פון די רוסישע ליבערעישאן ארמיי וואס האט נישט געהאט זייער קאפ אויפ'ן פלאץ (זיי האבן געהאלטן אינמיטן אויס ליידיגען די וואדקע פלעשער אין זייערע העלזער) צו ארעסטירן די פירער אזוי ווי עס איז געווארן געטוהן ביי אנדערע באפרייטע לאגערן)

אבער ווי אזוי עס זאל נישט זיין איז רודאלף האס מיט נאך אסאך פון די געהילפן געמאכט א פליטה פונעם שטח אין זענען נישט געווען צום האבן וויפיל מען זיי נאר געזוכט שפעטער.
 
טאמעס הארדינג Thomas Harding א שרייבער פון פארש ארבעט האט געשריבן א בוך אין 2013 מיטן נאמען האנס און רודאלף. א נאנפיקציע פון דעם גייעיג פון אלקסאנדער האנס, נאך דעם קאמעדאנט פון אוישוויץ רודלאף האס.

ברענגט ער צווישן די באשרייבונג אז רודאלף האס איז פארלוירן געווארן פון די איסטאנצען׳ס ראדאר אין 1945 ביי די ליבערעשאן פון אוישוויץ וואס איז געווארן ליבערעיטעד דורך די רויטע רוסיש ארמיי.

דער שאק מיט וואס די רויטער ארמיי האט זיך געטראפן אריין שפאצירנדיג אין די לאגערן פון אוישוויץ מיינעדוג אז זיי קומען אן צו א מיליטערישער באזע פון די דייטשען (איך וויס נישט ווי אזוי דאס קען זיין, אין די צייט וואס מען האט זיך געבעטן בײ די אלעאירטע צו באבאדירן די וועגן וואס פירט צו אוישוויץ ווייל דארט ווערן א יעדן טאג דערהארגעט טויזענטער מענטשן מיט מיתות משונות, איז ווי אזוי זיי האָבן געטראַכט אז דאס איז א מיליטערישער לאגער ווייס איך נישט. קײן זיין אז די דריי הונדערט און צוויי און צוואנציגסטער דעוויזיע האט נישט געוואוסט די דעטאלן פון די איטעלעדזשענס קאמיונעטי).

די ליבעראציע איז נישט מעגליך צו באשרייבן מיטן פעדער אז די ליינער זאל בכלל פארשטיין וואס די באפרייער האבן זיך אנגעטראפן אריין שפאצירנדיג אין די אוישוויצער קעמפ. זאגט דער קעפטן פון די דריי הונדערט און צוויי צוואנסיגסאער רייפל דעוויזיע. מיט וואס א טריט טיפער מיר טרעטן אריין אינעם אוישוויצער קאנסיטראציע קעמפּ. (די רוסישע נישט קיין קליינע רשעים, וואס האבן אויך אומגעברעמגט מיליאנען מענטשן אין זייערע קאנסיטראציע לאגערן וואס ווי די קומניסטישע שונאים ובתוכם אסאך ערליכע אידן רח׳׳ל וואס פארן בלויז ער חטא פון דינען דעם רבוש׳׳ע זענען זיי נחשד געווארן פארן נישט זיין איינשטימונג מיט קאמניזם און זענען געווארן פארעכענט אלץ א שונא פאר קאמיניזים, און זענען דירעקט אומגעברענג געווארן אין די רוסישע לאגערן, אדער גאר פארפייניגט געווארן צום טויט דורך די נישט מענטשליכע בענעימונגען אין די לאגערן דארט).

די רויטע ארמיי האט אויך געזען אז אוישוויץ איז ווייט פון וואס זיי האָבן זיך בכלל געקענט פאָרשטעלן און די רשעות און סיסטאמאטישע רציחות האבן די סאלדאטן ממש שאקירט, און נישט געהאט דאס קאפ אויפן פלאץ צו איינשטעלן א שנעלער בלאקאדע אז די קריגס פארברעכער זאָלן נישט קענען אנטלויפן.

די צומשעניש האט געגעבן צייט פאר מאנכע פון די לאגער פירער זיך ארויס צו גליטשען פון די הענט פון יוסטיץ און נישט ווערן ארעסטירט אלץ קריגס פארברעכער.

(איך בין נישט זיכער אין די קומענדיגע שורות אבער אזוי קומט עס מיר פאר. אז איינער ווייסט אנדערשט צו ער קען אריין קומען קלאר מיט די פאקטן לטובת די ליינער און פינקטליכקייט פון היסטאריע).

די אוישוויצער לאגער איז געווען פון די ערשטע לאגערן אדער גאר די ערשטע לאגער צו ווערן באפרייט פון די אלעאירטע ארמייען אין פוילן מאי 10 תש׳׳ה 1945 ווען די מלחמה האט נאך טיף געפלאקערט. היטלער ימח׳׳ש האט נישט געלאזט זיין ארמיי מאכן א ריקצוג זיך צו רעארגענייזן. אפי׳ דער דייטשער ארמיי האט געוואוסט אז די מלחמה איז שוין פארשפילט פאר זיי האָבן זיי אבער אויף די פוילישער פראנט אנטקעגן די רוסן זיך נישט געוואלט אונטער געבען, וואוסענדיג אז ביי די רוסן וועלן זיי עז פריסענערס אף וואר נישט לעקן קיין האָניג. זיי האָבן ענדערש געוואלט זיך אונטער געבען פאר די ענגלענדער/אמעריקאנער וואס זיי פאלגן די דזשעניווע געזעצן ווי אזוי זיך צו באנעמען מיט פי. או. דאבעליוס. דער דייטשער סאלדאט האט ענדערש געקענט באשטיין צו ווערן אומגעברעמגט אויפן שלאכט פעלד ווי איידער ווערן א מלחמה ארעסטאנט ביים רוס. מילא האבן זיי נאך געשטיצט א שטאַרקע ווידערשטאנד אין פוילן אפי׳ זיי האָבן געוואוסט אז זיי זענען פארלוירן, ווארטענטיג אז די אנדערע אלעאירטע זאָלן אנקומען, און זיך אונטער געבען פאר זיי ענדערשט.

נאך וואס די מלחמה איז ענדליך געווען פאראיבער מיט די ריזיגע פארלוסטן פאר די דייטשע ארמיי האט זיך אנגעהויבן א געיעג צווישען פארשידענע גרופעס איבערהויפט דעם באקאנטעא נאצי יעגער (האנטער) שמעון וויזענפעלד וואס האט אויף געשטעלט אן אפיס צו דערגיין ווי די אלע הויכגעשפריצטע עס. עס. אפיצירן באהאלטן זיך אויס. עס איז באקאנט אז אסאך פון די חברה האט ער טאקע דערווישט מיט מינים ממינים שונים. געזעצליך און נישט געזעצליך, זייער אסאך פון די עס. עס. אפיצירן האבן געטראפן עטוואס יוסטיץ דורך זיין האנט.

אבער אלעקסאנדער האנס האט זיך געמאכט א פערזענליכער לעבנס מיסיע ווי פריער דערמאנט, צו דערשנאפן דעם רודאלף האנס און עים ברענגען זיין פארדינטע שטראף.

די פאזיציע פון זיין ראנג העכערונג צו אינוועסטיגעטאר אויף די עס. עס. קריגס פארברעכער האט אים געגעבן צוטריט צו אלע ארכיוון פון קריגס פארברעכער מיט די פארש ארבעט וואס עס איז געווארן אנגעזאמעלט אויף זיי די צוויי יאר בערך נאכן קריג.

אויף רודאלף איז זייער ווייניג אינפארמאציע געווען אין די ארכיוון. אלעקסאנדער האט נישט דערקענט דערגיין פארוואס עס איז נישטא קיין אינפארמאציע אויף עים און ווי זיין געביין איז נעלם געווארן.

אלעקסאנדער האנס איז די לעצטע צוויי יאר ממש געווען אבסעסד מיט האס. ער גובה עדות געווען אויף זיינע ארכי מערדערייען און געדונגען פראפעסיאנאלער סקעטשערס צו בערך האבן א בילד פון אוישוויץ איבער לעבער ווי אזוי דער רודאלף דארף אויסצוזעהן.

ויהי היום, אלעקסאנדער באקומט אינפארמאציע אז רודאלף האנס ארבעט אויף א פארם אין גורטפול נעבן פלענסבורג. ער האט גלייך אינפארמירט אן ענגלישער סאלדאט מיטן נאמען בערנארד קלארק פון פוילישע אפשטאמונג וואס איז געווען איינגעשפארט אין אוישוויץ פאר די חטא פון זיין אין די פוילישע רעזיסטאנס גרופע.
ער פארט אדורך די קליין זייטיגער שטעטל נארט דייטשלאנד פאר די מיסיע צו אינדענטיפיצירן צו זאמען מיטן סאלדאט בערנארד קלארק. און זיי זעהןַ טאקע אז דער פארמער איז נישט קיין צווייטער ווי רודאלף האס'ס. און עס שטימט טאקע אויךַמיט זדי סקעטשעס וואס ער ער האט פון רודאלף האס.

עס האט זיך עים נישט געשטעלט אויפן שכל אז רודאלף זאל זיך געפונען אין דייטשלאנד גופא ער זאל נישט האבן עוקר געווען צו א מדינה אזוי ווי זיינע חברים וואס האט נישט קיין עקסטרעדישאן. אבער בערנארד האט באשטעטיגט אז דאס איז טאקע דער רודאלף האס ימ''ש.

שטעלט זיך ארויס אז רודאלף איז געבליבען וואוינען אין דייטשלאנד נישט וועלענדיג ארויס גיין פון די גרעניצען און ווערן געכאפט ביי א גרעניץ וועכטער.

ער האט כסדר געשאלטן די צייט וואס ער האט מחליט געווען צו לאזן לעבן העפטלינגען פאר צוואנגס ארבעט, און זענען שפעטער געראטעוועט געווארן און אזוי וועלן זיי אים קענען אינדענטיפיצירן ביים אריבער גיין א גרעניץ אפי' מיט פאלשע אינדעטיפיקאציע. אבער אין א קליין פאריקטער דארף אין דייטשלאנד האט ער זיך געשפירט עטוואס מער פארזיכערט פארשלייענדיג זיך מיט א פאלשער נייער נאמען.

ווי נאר אלעקסאנדער האט עים אידענטיפיצירט מיט בערנארד איז ער באלד אריבער געקומען אהין מיט א מיליטערישער איינהייט און ארעסטירט דעם פארמער מיטן נאמען פראנז הענג Francz Hang וואס זעהט אויס אויף די האר ווי רודאלף האס'ס סקעטשעס.

און פארשטייט זיך נאך א קורצע דין ודברים ביי די נירנבערגער טרייעל מיט עדות און החכות איז רודאלף פארמשפט געווארן צום טויט דורך הענגן אום תש''ז 1947. זיין הינריכטונג איז פארגעקומען טאקע אין די קאנצעטראציע קעמף אוישוויץ, ווי ער האט הינריכטעט איבער א מיליאן העפטלינגען צוזאמען מיט די געשוויסטער פון אלעקסאנדער האנס.

ופני אלעקסאנדער שככה.

די קומענדיגער תגובה בעז''ה גייען מיר ענדליך צו די תגובה מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן. די לייקענער לייקענען דאס גאנצער עקזיסטענץ פון די ארכי מערדער רודאלף האנס. און אז די אטראסיטיס האבן בכלל פארסירט.

די נירנבערגער טריביונעל. האט הינריכטעט דייטשע בירגער על לא עול בכפם, בלויז פאר נקמה אין די בלוט פארגיסונג פון די סאלדאטן אויף די שלאכטן וואס איז קלאר אנטקעגן די געזעץ פון די דזשעניווע קאנווענשאן. קריגס פארברעכער זענען נישט די סאלדאטן אויפן פראנט וואס הרגענען דעם שונא אויפן פראנט.
 
דער לייקענער, דער בלאגער וויל זיך נישט מיט זיין נאמען אינדענטיפיצירןַ

אבער לשונו הטמא שרייבט ער אין זיין בלאג און ציטירט דעם ביכעל פון הארדינג וואס מיר האבן פריער דערמאנט "האנס אנטקעגען האס".

"פון דעם ביכעל וואס הארדינג האט ארויס געגעבן איבער די ארעסט פון רודאלף האנס זעהן מיר קלאר אז רודאלף האס איז פארפייניגט געווארן מיט אויסער ארדענליכע אוממענטשליכע מעטאדן כדי צו ארויס קוועטשן א קאנפעציע אז ער איז געווען די בעל אחריות און ערפינדער פון די אלע אויסגעטראכטע אטראסיטיס וואס עס האט (נישט) פאסירט און די קאנסיטראציע לאגער אוישוויץ".

ער שרייבט ווייטער אז די אוישוויציר קאנסיטראציע לאגער איז אויסדריקליך געווען פאר דיסעדענטן און סאבאטדזשירער, די אלע וואס זענען געווען שפיאנען אדער האבן זיי קאמיטעט טרעיזן אנטקעגען די דייטשע רייך זענען פארמשפט געווארן צום טויט (קעפיטאל פאנישמענט). אגב זענען דארט געוועזען זייער אסאך אידן ווייל די אידן האבן געהאלפן די פוילישער אונטערגרונט. די גאסטאפוי איז דאס זייער שטארק נאך געגאנגען און זיי האבן טאקע געכאפט גאר אסאך פון די רעזיסטאנס פירער וואס זענען אויף געוועזען אידן, און די אלע זענען טאקע פארמשפט געווארן צום טויט פאר שפיאנאזש, סאבטאדזש בשעת א מלחמה כדי צו העלפן דעם שונא.

"די פסקים זענען אויסגעפירט געווארן מיט אנגענומענע מיטלן פון אויס פירן קעפיטל פאנישמענט. ווי למשל הענגען, פארסאמען, וכדו' עס איז נישט פארגעקומען דארט קיינע מאסען מערדערייען אויף אומשילדיגע פרויען און קינדער פארן חטא פון זיין א איד, אדער סיי וואספארא מאסן מערדעריי מיט צייקעלאן בי גאז איז בכלל נישט פארגעקומען דאס איז אן אויסגעטראכטע געשיכטע בעיסד אויף די עדות'שאפט פון האס, און איז נישט קיין עדמיסיבל עדות'שאפט אין א קארט פון געזעץ".

דער בלאגער שרייבט מיט קארקעדייל טרערען ווי איז יוסטיץ? די פיינונגען וואס דער ארכי מערדער איז אדורך געגאנגען זיך צו מודה זיין אויף פארברעכן וואס ער האט קיינמאל נישט געטוהן, אדער אפי' נישט געשען בכלל. (וואס איז ממש א ליצנות אנטעקעגן די פיינגונגס מיטלען וואס איז פארגעגאנגען אין אוישוויץ ווי עס זענען מעיד די הונדערטער איבערלעבער).

די לשון פונעם בוך איבער געטייטשט אין אידיש וואס הארדינג האט געשריבען איז ווי פאלגענד. וואס די שריפט ניצט דער בלאגער אויף אן אפפרעיג אויף די התנהגות פון אוישוויץ בכלל, און האס בפרט.

"נאך וואס מען האט געענדיגט סעלעברירן די פארכאפונג פון רודאלף האס. האט אלעקסאנדער האנס שפאצירט צו ארינטער פונעם טראק און ארויס געשלעפט רודאלף האס פון דארט געבינדען די האנט מיט העמד קאלפס, אראפ גענומען פון זיין לייב די בלענקעט פון זיינע אקסלען מיט וואס ער האט זיך געווארעמט און געמאכט שפאצירן צו די תפיסה וואס איז געשטאנען ביי די אנדערע זייט פונעם סקווער, ווען א שוכט שניי ליגט אויף דער ערד . ענדליך ווען דער ארכי מערדער רודאלף איז שוין אנגעקומען אין דער תפיסה אינעווייניג איז האנס צוזאמען מיט זיין סערדזשענט אריין צו אים אין די אינטעריגאציע צימער און אריין געשלויכט אין אים ביז דערשטיקענעיש ביטערע ברוינפען, און דאן האבן זיי אים געשלאגן מיט זיין אייגענער פערדן שמייסער וואס זיי האבן פון זיין פארם אוועק גענומען בשעת די אינוואזיע.

די הענד קאלפס זענען פון אין נישט אראפ גענומען געווארן ווען ער איז אריין געפירט געווארן אין םארשנס צימער מיט א טעמפעראטור ממש אונטער פריזינג. זיינע פיס וואס זענען נישט געווען אנגעטוהן האט גלייך געכאפט פראסט בייטס.

דריי טעג שפעטער אין מערץ 15 האט האנס געטראנספארט רודאלף האס צו די בריטישע קאנטראלירטע קעמפ טאמעיטא נעבן די שטאט מעידן ווי נאך א רונדע פון שווער געפייניגט אויספארשונגען אויף רודאלף איז געווארן פראקטיצירט מיט דריי וואס האבן זיך איזדעקעווען אויף אים אן רחמנות. קאלאניעל געראלד דרעיפער, דער לויער פון די גרופע וואר קריימס, פאר אפאר שעה בריציפות כדי ארויס צו ציען פון אים א קאנפעסיע פאר חטאים וואס ער האט קיינמאל נישט עובר געווען.

אפאר שעה דעראויף איז געווארן אפ געשריבען 8 בלעטער פון קאנפעציעס וואס רודאלף האט קאנפעסירט בשעת די דאזיגע אויס פארשונג.

נאך די 8 בלעטער אויף דעטאלן האט זיך די רעפארט געענדיגט מיט די איינע סענטענס.

"עס איז דאס ערשטע מאל וואס א קאמענדאנט פון א קאנסיטראציע לאגער האט אראפ געמאלן פאר פארשער די פונקטליכער דעטאלן פונעם פיינעל סאלושאן פון די אידן פראגע (ווי היטלער האט די מאסן רציחות אויף אידן גערופן) און דיר רודאלף האט קאנםעסט אויף רציחות פון אריבער 2 מיליאן מענטשען א קאמעדאנט פון דעם אוישוויציר לאגער.

עכ''ד לגבי די ארעסטירונג פון רודאלף האנס אין די באשרייבונג פון הארדינג אין די ביכעל האנס אנטקעגן האס.

שרייבט ווייטער דער בלאגער,
"עס איז דא סיבות צו גלייבן אז אויסער די פיזישע פיינגונגס מעטאדן וואס עס איז גענוצט געווארן אנטקעגן רודאלף האס ווי דערמאנט אינעם ביכעל פון הארדינג (ציטירט) איז אויך זיין פאמילע פארזיכערונג גענוצט געווארן ארויס צו דריקן פון רודאלף א קאנפעציע פאר די איינציגער אחראית אויף די אטראסעטיס פון אוישוויץ.

דער בלאגער ציטירט ווייטער. די מיליטערישע דאקומענטן צייגען אז רודאלף האס איז געווען א גאר א ווארעמער משפחה מענטש. גארנישט אויף דער וועלט איז עים געווען טייערער ווי זיין פרוי און זיינע קינדער.

און ברענגט ווייטער צו זיין שלשלת היוחסן, זיין פרוי און 6 שרצים מיט נעמען אין געבורטס טעג וכ''ו.

און בעיסד אויף די טיפישע צוויי דריי בלעטער מיז זיין אז דאס גאנצער אוישוויץ איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
הארגענען רודאלף אויף זיין קאנפעציע איז אבסאלוט נישט געזעצליך ווייל אין קאורט אוו לאו דארף די עדות'שאפט זיין 100 פראצענט אדמיסעבל אין דאס איז 100% נישט אדמיסעבל.

און דאן ברענגט די לאגער א לינק צו מארק וועבערס אבזערוואציע אויף די נירנבערג טרייעל וואס איז א לענגערע באשרייבונג פאר זיך.
עד כאן איז די בלאג שריפט פון די לייקענערס גרופע לגבי דעם ענין פון אוישוויץ/בירקאנאו. און די קאמענדאנט רודאלף האס.

די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף נישטא קיין ווערטער.

געשריבען אזא לאנגער היסטארישע אשכול, מיט אזויפיל תגובה'ס, פארזעצונגען נאר צו צוקומען צי די שורות. די לאנגע תגובה'ס פון די היסטאריע זענען ווארט ביי ווארט צוזאמגענומענע אינפארמאציע פון הונדערטער איבער לעבער און צוזאם געשטעלט פון צענדליגער אנדערע פעלער און פלעצער וואס עס קומט אויס אז די אלע מענטשען און אלע ביכער ווייסען נישט איינע פונעם צווייטן ווי דערמאנט אנהייב פון דעם אשכול.

כדי צו שטעלן די אוטענטישקייט פון די היסטאריע. און איך קען אייך (בדרך צחות) ווייזען אן החכה. איך קען נישט דעם @berlbalaguleh איך האב אים נאך קיינמאל נישט געטראפן. קוקט נאר אונטען ווי מע''כ הרמה צייכענט ער צו צוויי הערעה'ס וואס ער האט געהערט פון זיין מאמע ע''ה וואס איז דארט געווען וואס עס שטימט ממש מיט וואס מיר האבן דא געשריבען.

ער האט נאר צוגעלייגט איין דיטעיל אז דער רשע מרושע דר. מענגעלע איז דארט געזעצען א יעדעס טראנספארט אבער די רעכטס לינקס לאנגע שורות צו די קאמערן אלעס איז גענוי ווי אנכי הק' האב געשריבען אן עים אדער זיין מאמע ע''ה קענען אדער אפי' האבן אמאל גערעדט צו איינע פון זיי.

הער צו צו די אינטערוויוס, און די היסטאריע טשענעלס אדער אנדערע רעסורסן, ווייטער ממש די זעלבע מעשיות נאך אמאל און נאכאמאל מיט א דיטעיל ארויף א דיטעיל אראפ. ווי אזוי קען אזא ביכעל פון הארדינג וואס ברענגט ארויס די פארכאפונג פון האס און זיין אויספארשונג קריעטן א בלאג וואס אדאנק די קאארשען פון רודאלפס קאנפעשאן, לייקענען היסטאריע?
וואס ברענגט א רעכט דענקער מענטש צו טוהן אזאנס. אדער סימפאטיע צום דייטש אדער סתם א וויסטער אנטיסעמיט.

איז דען נישט שייך צו פארשטיין אלעקסאנדערס הארש מעטאדן נאך שיין ער האט עים נישט געשינדען די הויט שטייטלעך, און אראפ גענומען פון עים אבר ביי אבר מיט א מעסער און אים לאזן אויס בליטן.
 
Back
Top