סיפור אלכסנדר מוקדון וחכמי הנגב

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
128
רעאקציע ראטע
1,095
פונקטן
213
- (סיפור אין פראזישע גראמען) -

סיפור אלכסנדר וחכמי הנגב

חלק א׳ - די צעהן שאלות


עס קלעטערט זיך וועגן און שטעגן דער מאן / וואס א וועלט שוין אריבערגעשפרייזט / אן ארמיי פון די שטערקסטע אין וועלט וואס פאראן / נאך אים אין מדבר זי רייזט / און חכמים ער טרעפט זיך אין נגב דארט ווייט / און שמועסט רעדט מיט זיי זיך אדאָרך / שאלות און טענות האט ער אנגעגרייט / און פרעגט זיי - אט זענען זיי האָרך:

אל״ף -
פון אָסט ביז דער וועסט - צו פון הימל ביז ערד - / וואס איז ווייטער? - מיר ענטפערט מיט זין! / ענטפערן זיי: / אסט פון וועסט! - פארוואס הערט: / מען קען דאס זעהן קלאר - לויט דער זון! / נאר חכמים פון אידן גאר אן אנדערער דעת: / אז ס׳ביידע די זעלבע ווייט גלייך - / אזוי שטייט אין תהילים קלאר שווארץ אויף ווייס! / און פון זון איז קיין ראיה קיין סך…

בי״ת -
״צו הימל צו ערד - זאגט מיר שוין וואס איר קלערט! / באשאפן וואס האט מען פון פריער??? / ענטפערן זיי: ״איר האט אודאי געהערט - / דעם פסוק וואס ברויך נישט קיין ביאור: / בראשית - אין אנפאנג באשאפן אט דאס - / שמים - דער הימל דער דאַך / און נאך דעם עס שטייט - ״את הארץ״ איר מאָס / דער ערד די באשאף נאכדעם גלייך

גימ״ל -
״זאגט - פינסטער און ליכט אויב אזוי - / באשאפן געווארן וואס ערשט? / ענטפערן זיי: ״קיין ענטפער גענוי - / אויף די שאלה דא איינער באהערשט! / שטעלט זיך די קשיה - ס׳משמע דאך קלאר - / אז פינסטער איז אנהייב געווען? / נאר זיי די חכמים געזארגט זיך ביז גאר / אז ער וויל צופיל וויסן אין זעהן.

דל״ת -
״א חכם דעם טיטל עס קומט זיך ווער? / ביטע אייער מיינונג זאגט היינט! / ענטפערן זיי: ״ס׳א שאלה נישט שווער / ס׳א משנה וואס זאגט מיט פארשטאנד: / איזהו חכם - א חכם איז דער - / וואס זעהט נישט בלויז יעצט און דעם באלד - / נאר א בליק נאכפאלגן וואס ווען ווער - / און תוצאות פון מעשים וואס פאלט

ה״א -
״אויב אזוי דאן זאגט שוין מיר אויך דאס - / ווער איז-זשע דער גיבור פון שטאט? / ענטפערן זיי: ״ס׳שטייט דאך קלאר דער באשלוס - / א משנה אויך פשוט און גראד: - / איזהו גיבור - א גיבור איז ער - / נישט מוסקלען נישט ארעם נישט האנט / די יצרים בייקומען א גבורה מער שווער - / ווי דורכברעכן א שטיינערנעם וואנט

ווא״ו -
״און ענטפערט שוין נאך איינס פון דעם סארט - / א רייכער באמת ווער הייסט? / ענטפערן זיי: אויך דא מיט איין איינציג ווארט: / ״ס׳א משנה שוין ווי דו פארשטייסט / איזהו עשיר - ווער איז דער גאר רייך - / נישט אוצרות נישט לאנד אן א שיעור / נאר דער וואס פארשטייט צו זעהן אלעס גלייך / צופרידן מיט וואס מען געבט דיר

זי״ן -
״יעצט זאגט - וואס טון זאל דער פון ערד / אז לעבן זאל גוט נישט פאר׳צער׳ט? / ענטפערן זיי יעצט אים איפכא פארקערט - / א תשובה ווי גארנישט ערווארט: / ״געלעבט הייסט דער איינער וואס גלייבט און פארשטייט - / אז ס׳א וועלט לופט געשעפטן דאס אלס / עס באמערקט אים גאר קיינער, קוים ער וואס באשטייט / און מאכט זיך געשטארבן פון אלץ

חי״ת -
״איז מאכט זיך להיפך א ווילדער פארלאנג / צו שטארבן… - יעצט וואס זאל ער טון? / ענטפערן זיי: פארשטייסט שוין יעצט דעם גאנג - / דער היפך פון אויבן האט זין - / א לעבן געשטארבן אן טעם און אן גלאנץ / אז פארנומען מיט זיך נאך און נאך / מען זעהט און מען הערט און מען שפירט זיך נאר אלץ - / ווי געשטארבן דער איינער א בראך

טי״ת -
״וואס זאל טון דער איינער אז ער וויל - / ביי מענטשן געפעלן גאר שטארק? / ענטפערן זיי אים א תשובה אין ציל: / אוועק שטיי פון מלך׳ס קעגנווארג! / אהא - אלכסנדר אן אנדערער צוגאנג - / ״מיין שיטה איז בעסער וואס דען - / זיך נאנט האלטן מיט שלטון איז אויך גאר א גאנג - / ווייל טובות טון מענטשן מ׳קען

יו״ד -
״און מיט וואוינען זאגט בעסער איז וואו - / דער ים צו יבשה - ווער ווייסט? / ענטפערן זיי: ״דער ענטפער זאג דו - / א סברא ס׳איז פשוט פארשטייסט - / אויפן שיף אויפן ים דארט קיין רוה דאך נישטא / מיט שטענדיגע שרעק פון תהום / און אז צום יבשה מען איז ענדליך דא / גומל מען בענטשט בקול רם

חלק ב׳ - די חכמים מיטן קעניג

״און יעצט אז געענטפערט די שאלות זוי שווער - / פארשט אויס דער כובש דער העלד - / ״ווער פון אייך זאגט מיר דער קלוגסטער איז ער? / דעם אמת פון מיר נישט פארשטעלט! / און די חבורה אינאיינעם פה אחת רופט אויס: / ״אלע דא זענען מיר גלייך! / ״דרינגען איר קענט דאס פון דעם דאָך ארויס - / געענטפערט מיר האבן איין זאך!

דער כובש זיין פנים טוישט נעמט זיי אפיר: - / א קשיה כ׳האב ס׳שטערט מיר פון לאנג! / ״וואס האט איר צום גריך און וואס האט איר צו מיר - / אז איר נעמט נישט אן מיין גריכיש גאנג?… / צו איז אייך נישט קלאר אז ס׳מזל מיט אונז - / דער גריך וואס די וועלט שלינגט אריין / שוין צייט איינערקענען צו אונזער געווינס / אז גאט איז מיט מיר זעהט שוין איין!

״הער זיך צו כובש דער גרעסטער פון וועלט / אן אנדערער צוגאנג אויך דא / ס׳טאקע פון גאט אבער זיין שטערער ער וועלט / דער שטן צושפילט אייך די שעה!… / דער מלך א בייזער זיי ווארנט מיט פארכט: / ״איך קען אייך דערמארדן מיט רעכט! / מורדים במלכות איר זענט - מיר גוט הארכט / איר אונטערטאנען ווי קנעכט!!!

זיי די חכמים געשראקן זיך נישט / פון מלך דער בייזער וואס שרייט / זיי האבן פון פריער דערויף זיך גערישט / און אן ענטפער זיי האבן שוין גרייט: / א צוזאג דו מלך צו אונז קליפ און קלאר / פארשפראכן האסט פארן געשפרעך / אז קיין שלעכט אונז פאסירן אפילו קיין האר / פאסט נישט א ווארט טון א ברעך

דעם מלך ס׳געפעלט זייער האלטונג ווי שטאל / חכמים מיט שכל גאר גאנץ / געקליידט זיי ווי שרים מיט פורפל פון וואל / און קייטלעך פון גאלד אויף די האלז. / ״איז הערדזשע חכמים אז אויב שוין אזוי - / ביטע ענטפערט מיר שוין נאך היינט - / דאס לענדל פון אפריקי צייגט מיר גענוי - / ווי גרייכט מען דאס ארט מיינע פריינד?

״אדוני המלך זאגן אלע איין ווארט / אהין דאך קיין וועג דא פאר אייך / חושך ווי נאכט א נעפל הערשט דארט / אריינגיין אין זיי איז נישט שייך!!! / ניין! נישט דאס האב איך פון אייך היינט געפרעגט / קיין ניין ביי מיר עקזיסטירט / אן עצה איך דארף שוין, זאפארט ווייזט דעם וועג / ניין זאג נישט פאר מען פראבירט!!!…

״איז הארכזשע צי מלך אן עצה פון אונז: / א אייזל פון ליביע זיך שאפט / זעהן אין דער פינסטער ביי אים קיין גרויס קונץ / ער וועט אייך דארט פירן מיט האפט - / און שטריקן גאר לאנגע לאזט ציען דעם וועג / אז צוריק ווען איר קערט זיך אהיים / וויסן וועט איר אין די פינסטער דעם וועג / אויב דער אייזל איז נישט בין החיים!…

חלק ג׳ - אין פרויען לאנד


אלכסנדר דער כובש ער גרייט זיך אין וועג / אן ארמיי שטארק ער זאמלט זיך איין / די פינסטערע בערג שפרייזט אין שטורעם געיעג / און אונטער די בערג קומט אריין. / א לאנד פון נאר פרויען ער גרייכט אין אן ארט / קיין מאן נישט אפילו דארט איין / ער וויל מיט זיי פירן מלחמה אויך דארט / און די מלכה קומט קעגן צו גיין

״הערשער דו פרעמדער פון איבער די בערג… / ברוכים הבאים אין לאנד / נאר אז מלחמה ווילסט האלטן מיט אונז ביי די קערג / הער אויס מיינע ווערטער דא היינט: / א סברא כ׳וועל זאגן בהשכל ודעת / פארוואס קעמפן מיט אונז נישט כדאי / ממא נפשך גיין וועסט ארויס דא צושפאס / און אפשר גאר אך און וויי

געווינסטו אונז ווייבער - וועט זאגן די וועלט / זעה נאר א קונץ האט באוויזן אט דער / וואס פארופט זיך דער גרעסטער און שטערקסטער העלד / פרויען געווינען האט ער / פארקערט אויב דו פאלסט ביי פרויען אין הענט /
בלייבן וועט דאס נישט קיין סוד / מענער קיין ווייבער בייקומען געקענט / זיין ביטער דיין שאנד און דיין שפאט!…

דער כובש דעם קאפ לאזט אראפ - זאגט אזוי - / עס הינגערט מיר אויך מיין ארמיי / ברויט כאטש טוט ברענגען איר מלכה איר פרוי / און די שטאט איך פארלאז און איך גיי / קומען די פרויען צוריק מיט א טיש / גאלדענע ברויטן אויך איר / פרוכטן מיט עפל גלאנציג און פריש /
נאר פון גאלד זיי געמאכט פאר א ציר…

זאגט אלכסנדר איך פארשטיי שוין אלץ קלאר / שפאס איר ווילט טרייבן פון מיר / קען מען דען עסן גאלד אזוי גאר / א מאכל כ׳בעט ברענגט מיר אפיר / די פרויען מיט שפאט אלע לאכן אים אויס / האט דאס דיר געברענגט דא אהער? / א שטיקלע ברויט פון אן ארימער הויז / דאס צו פארשטיין איז אונז שווער!…

אלכסנדר פארשטייט שוין וואס היינט קומט דא פאר / די פרויען אים איבערגעקלוגט / און גייט זיך ארויס מיט בושה ביז גאר / אויפן טויער פון לאנד שרייבט געשיקט: / ״איך אלכסנדר א טיפש ביז ערשט / געווען ביז געגרייכט דא אהער / צום לענדל אין אפריקי פון פרויען באהערשט / יעצט קלוגער געווארן כבין מער!

חלק ד׳ - אלכסנדר קומט אן צום גן עדן

און עס רייט אלכסנד אין די בערגער דארט / א גליק טרעפן אפשר וועט דאך / א טייכל אט פליסט ער גענענט צו דעם ארט / עס גייט דא א וואונדערליך גערוך / לייגט ער די פישלעך די צידה פון פאס / שווענקען פון זאלץ דא אין קוואל / און ס׳גייט דא א ריח פון אתרוג הדס / קיינמאל געהאט אזא פאל.

און ער קוקט און ער זעהט און פארשטייט שוין אלץ / ס׳קען גאר דאך אנדערש נישט זיין / אין קוואל פון גן עדן געשוואקען די זאלץ / פון דא מען קען צו איר אריין. / א מיינונג פאראן אז ס׳גארנישט די פיש / נאר זיין פנים געוואשן נישט מער / און איכא דאמרי דעם טייך נאכדערווישט / זיין מקור גרייכט און ס׳געשעט דאס אט הער:

און פלוצלינג א טויער זעהט פרעכטיג און שיין / אריין גיין ער וויל שוין דורך איר / א קול פון דער אנדערער זייט קלינגט קלאר און ריין: / ״קיין ארט דא נישטא דא פאר דיר!!! / א פלאץ וואו צדיקים בלויז זענען ערלויבט / צו זיצן פארברענגען אין דעם / דאס איז גאטס טויער - און דער וואס אים לויבט / קען דא אריין דורך אים

אלכסנדר ער שרייט ווי א קינד גאר צומישט: / ״כאטש איין זאך טוט מיר ארויס געבן / א חפץ גן עדן כ׳זאל האבן דערווישט / צו לערנען פון אייך ווי צו לעבן! / א האנט ווי פון פייער עס שטרעקט זיך ארויס / א קאפ א גלגולת דער האנט / דער מלך מיט שרעק כאפט און לאזט זיך ארויס /
צוריק הייבט אן גיין צו זיין לאנד

ווען בשלום ער גרייכט אהיים זיין פאלאץ / דעם קאפ נעמט אפיר טוט אים וועגן / מער ווי די גאלד פון זיין גאנצן שאץ / טוט זיי איין קאפ איבער וועגן / און ער פארשטייט אז די ענטפער בלויז האט / א חכם א גרויסע פון אידן / און ווירקליך ער ווייסט וואס עס שטעקט אין דעם סוד: / ״דאס קאפ איז מיט גארנישט צופרידן!

דעקט צו דעם אויג מיט זאמד און מיט ערד / אויפן וואגשאל שטעלט וועגט אים יעצט אפ / און ווינדער עס האט זיך אלץ איבערגעקערט / די גאלד וועגט שוין מער ווי די קאפ… / די חכמים זיי קוקן דעם מלך געזיכט /
ערקלערן דעם רמז דער פשט / פון גן עדן מען גיט אייך פארשטאנד און א זיכט / אז גאלד וועט נישט מאכן אייך זאט!

אז גאלד וועט נישט מאכן אייך זאט!!
 
הערליך הערליך! וואה, די ארבעט וואס ליגט אינדעם. ביז היינט האב איך נישט פארשטאנען דער סטייל פון חרוזים. א גרויסן יישר כח.
איין זאך נאר, דאס האב איך נישט אזוי פארשטאנען. אלכסנדר פרעגט זיי, וואס זאל עמיצער טוהן אז ער וויל נישט מער לעבן? וואס ענטפערן זיי?
חי״ת -
״איז מאכט זיך להיפך א ווילדער פארלאנג / צו שטארבן… - יעצט וואס זאל ער טון? / ענטפערן זיי: פארשטייסט שוין יעצט דעם גאנג - / דער היפך פון אויבן האט זין - / א לעבן געשטארבן אן טעם און אן גלאנץ / אז פארנומען מיט זיך נאך און נאך / מען זעהט און מען הערט און מען שפירט זיך נאר אלץ - / ווי געשטארבן דער איינער א בראך
 
קודם ישר כח.
איך פארשטיי ער מיינט ווי מער ביסט מצמצם דיין עקסיסטענס און ביסט זיך כולל אינעם כלל לעבסטו מער. מיט מער עקזיסטענץ קומט מער טויטליכקייט, צו פראקטיש, ביסט מער אויפן ראדאר פאר שונאים דיך צו זעהן, צו פילאזאפיש, אזא פאראדאקס, ווי מער לעבן דו נעמסט אויף זיך אלץ מער טויטליכקייט פאטשט דיך אין פנים.
 
לערנענדיג די גמרא (מסכת תמיד) אפאר יאר צוריק, בין איך געווען שאקירט צו טרעפן די בייגעלייגטע ווידעא פון דר הענרי אבראמסאן, קלאר נישט עפעס וואס וואלט אריינגעלאזט געווארן אין א ישיבה, אויף OU's All Daf. ס'איז מיר געווען א חידוש אז ס'איז דורכגעלאזט געווארן. (רבי יונתן מארטאן טוט די זעלבע זאך אויף יעדע דף, אבער פארשטייט זיך וועט נישט ארויפגעלייגט ווערן אויף All Daf.)

Alexander and the Elders of the South (Tamid 31) - Jewish History in Daf Yomi - OU Torah

דאס איז א קליינע דוגמה ווי אקאדעמישע סטיל תורה לערנען אין ארץ ישראלדיקע אוניווערסיטעטן כאפט זיך צוביסלעך אריין אינעם חרדישע געזעלשאפט.

(הענרי אבראמסאן איז געווען אינטערוויואירט אין איינע פון די וועקערס.)
 
Back
Top