טעגליכע נייעס+

טעגליכע נייעס

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
פעב. 10, 2025
מעסעדזשעס
169
רעאקציע ראטע
801
ברוכים הבאים

טוט'ס ענק אן די סיעט בעלטס..ס'קומט א נייעס אשכול וואס וועט פיגורירן אויף די קרעמל אקטיווע שנירלעך העדליינס פאר א לענגערע וויילע !

הודעה: די ספעלינג וועט נישט זיין הונדערט פראצענט, און ס'וועט זיין געמישט מיט אפיניאן און הומאר, צומאל פלאכע און מעגליך וועט עס געלונגען אפאר מאל.
 

טראמפ איז מייעץ מד'י צו מאכן א דעדליין אויף די וואך שבת אז אלע משכונות זאלן ווערן צוריקגעקערט און אויב נישט זאלן זיי אראפנידערן די גיהנום אויף עזה.

דאס קומט דערנאך וואס עס האט זיך גענצליך אויסגעלאזט די געדולד פון טראמפ מיט כאמאס, דערנאך וואס די לעצטע גרופע משכונות ארויסגעלאזט געווארן זענען געווען הויט און ביין און לויט באריכטן געהאלטן געווארן אין קייטלען פאר איבער א יאר.

גלייך בעפאר ביבי'ס באזוך האט טראמפ אויף געקוקט די לאנגע אקטאבער זיבן ווידיאו וועלכע ווערט נאר געוויזן פאר געוויסע, און האט באלד דערנאך גענומען די דראסטישע פאזיציע פון איבערנעמען עזה.

טייל שפעקולירן אז כאמאס אפגעשטעלט די אויסטוישן נאך וואס די לעצטע גרופע משכונות ארויסגעלאזט האבן געמאכט אזא שלעכטע רושם און עס איז דא א סברה אז די איבעריגע זענען מעגליך אין נאך א ערגערע צושטאנד און זיי געבן ארויס פון די בעסטע צו די ערגסטע.

אויך איז דא א סברה אז טראמפ ראטעוועט ביבי פון אריינשפאנען אין פאזע צוויי פון די אפמאך וועלכע וואלט אים געשטעלט רעגירונג ציווארפענדע פראבלעמען אויף ביידע אפציעס וואס זענען אים פארבליבן.


טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
לעצט רעדאגירט:
IMG_20250211_033030_448.jpg

די יוסטיץ דעפארטמענט האט אנגעזאגט פאר די ניו יארק דרום דיסטריקט אפיס צו זיך אפלאזן פון די קלאגע קעגן מעיאר עדעמס פארן נישט באריכטן עראפלאן טיקעט אפגרעידס.

די הויכע פענסטערס גיבן איבער אז דאס קען זיך מישן אין די בעפארשטייענדע וואלן, און שטערן די וויכטיגע ארבייט וואס די מעיאר איז פארנימען מיט אימיגראציע און קרימינאליטעט.


טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
מוצאי 9 טעג.

טראמפ מעלדט אז ער וועט צוריקדרייען EPA רעגולאציעס וועלכע לייגן א פארבאט צו פראדוצירן שאוער קעפ וועלכע גיבן ארויס מער ווי 2.5 גאלאן פער מינוט, סינקס וועלכע גיבן ארויס אסאך וואסער און לייטס וועלכע פארנוצן אסאך ענערגיע.

די רעגולאציעס האט מען אנגעהויבן איינצושטעלן אין די ניינציגער, דערנאך פארשטרענגערט אונטער אבאמא, דערנאך נאכגעלאזט אונטער טראמפ, ביידן איז געווען גאר שארף דערויף, און יעצט וועט ער עס אינגאנצן צונישט מאכן.


טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG_20250211_151029_003.jpg

דער קעניג פון ירדן איז היינט געווען אינעם ווייסן הויז.

ער האט זיך פארפליכטעט אריינצונעמען 2 טויזנט פאלעסטינע קראנקע קינדער.

טראמפ האט ווייטער געזאגט אז ער וויל אז זיי און עגיפטן זאלן ארייננעמען די פאלעסטינע, זאגענדיג ס'איז נישט אזוי שווער צו רוקן 2 מיליאן מענטשן און מיר וועלן האבן דעזעגנירטע ערטער אין די צוויי לענדער וואו זיי וועלן וואוינען.

אבער קעניג אבדולא האט געזאגט 'מיר דארפן ארייננעמען די אינטערעסן פון אלע צדדים'.


מד'י פרעמיער מיניסטער נתניהו פון זיין זייט זייענדיק אין ירושליםַ זאגט אז, אויב קערט מען נישט צוריק די משכונות אויף שבת איז אויס פייער-אפשטעל און די מיליטער גרייט זיך שוין אויף אקטיוויזאציע.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
לויט קוועלער וועט ער זיך האלטן צום טראמפ ליניע פון 'אלע' נישט נאר די 4.

דאס מיינט אז די פייער אפשטעל איז דעפאקטא דערנאך, און אויסער אויב כאמאס גיבט נאך גרעסערע קאנצעסיעס איז דאס די פלאן, און מ'קען זיך רעכענען אויף שטערקערע שטיצע פון אמעריקע, זינט כאמאס האט געבראכן טראמפ'ס פארגעשלאגענע אלטומאטום.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
time to join the CBN whatsAPP community lol
 
איך מיין אז מ'זאל עפענען א עקסטערע שנירל פון
טעגליכע נייעס+ הערות און קאמפלימענטן און לאזן די שנירל נאר פאר נייעס. וואס זאגט דער עולם?
 
איך מיין אז מ'זאל עפענען א עקסטערע שנירל פון
טעגליכע נייעס+ הערות און קאמפלימענטן און לאזן די שנירל נאר פאר נייעס. וואס זאגט דער עולם?
אדרבה דאס קען זיין זייער א גוטע זאך.
איך האב נאר אפאר שאלות, אויב איינער קען ארויסהעלפן איז מוראדיג.
1 איז דא א וועג צו מאכן אז מיינע מעסעדזשעס וואס איך לייג דא, זאל אטאמאטיש ווערן איבערגעלייגט אויף אין די הערות שנירל?
2 איז מעגליך צו אנשטעלן אז נאר איך זאל קענען שרייבן דא?
 
ווער איז דאס קינד?
 
IMG_20250211_235526_085.jpg

אמעריקאנע בירגער מארק פאגל וועלכע איז געווען אין תפיסה אין רוסלאנד פאר 4 יאר איז ארויסגעלאזט געווארן.

פאגל איז געווען א ענגליש טיטשער אין א שולע אין מאסקעווע און איז ארעסטירט געווארן אין די לופטפעלד אין מאסקעווע פארן האבן מיט זיך מאריכואנע פאר זיינע ווייטאגען.

ער איז אנגעקלאגט געווארן אויף דראג שמוגלעריי קלאגעס און געאורטיילט געווארן פאר 14 יאר , און איז איצט ארויסגעלאזט געווארן אלץ אקט פון גוטע ווילן דורך רוסלאנד אלץ אנהייב פון די רוסלאנד אוקראינע שלום געשפרעכן געפירט דורך אמעריקע.

איין און א האלב יאר צוריק איז געווען א גאר ענליכע קעיס מיט א פרוי מיס גריינער און דאמאלטס האט אמעריקע ארויסגעלאזט א באקאנטער רוסישע אינטערנאציאנאלע שמוגלער באקאנט אלס 'די סוחר פון טויט' אין אויסטויש פאר א פרעזענליכע מאריכואנע באנוצער.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250212-WA0000.jpg
די סענאט האט באשטעטיגט טאלסי גאבארד אלץ דירעקטאר פון נאציאנאלע אינטעליגענץ.


מיטש מקאנל איז געווען די איינציגסטע רעפאבליקאנער וועלכע האט געשטימט מיט דעמאקראטן, זיך אפרייסנדיג פון פארטיי ליניעס.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
Back
Top