טעכנאלאגישע אלטערנאטיוון

ברק הכחול

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2024
מעסעדזשעס
222
רעאקציע ראטע
859
איך עפען די שנירל מיט די מטרה צו העלפן מיט טעכנאלאגישע אלטערנאטיוון - בחינם

דהיינו, אנשטאט צאלן פאר אדאבי PDF איז דא Foxit אדער Libra וכדו
אדער אנשטאט wavepad איז דא Audacity

ביטע אריינקומען מיט געדאנקען, פון אייגענע עקספיריענס
פרובירן צוצולייגן א קורצע דעסקריפציע, וואס און פארוואס איר האט ליב די אלטערנאטיווע
 
די אלטערנאטיוו וואס אסאך מענטשן דארפן זיך אויסלערנען איז צו ניצן
Google Sheets אנשטאט Excel
ס'גייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ פארוואס אזויפיל מענטשן ווייסן ניטאמאל אז ס'קען זיי זיין פונקט אזוי נוצבאר
איך מיין נישט ביזנעסער אדער מענטשן וואס ניצן עס פאר מער קאמפליצירטע זאכן
נאר מענטשן וואס ניצן עס פאר פריוואטע זאכן אדער אפי' א קליינע ביזנעס
ס'נישטא קיין שום סיבה צו צאלן פאר Office365
 
איך פארשטיי נישט, מייקראסאפט 365 "אונליין" איז דאך אויך בחינם
1. האסט נישט אלע פיטשערס
2. געווענליך א מענטש וויל נישט דארפן אריינסיינען צו נאך אן אקאונט
3. קענסט האבן גוגל שיט'ס אופליין
 
1. האסט נישט אלע פיטשערס
2. געווענליך א מענטש וויל נישט דארפן אריינסיינען צו נאך אן אקאונט
3. קענסט האבן גוגל שיט'ס אופליין
מ'דארף אבער וויסן אז מייקראסאפט קען מען איינקויפן פאר גאר ביליג ($14 וכדומה), און האבן מייקראסאפט'ס אלע פיטשערס פאר א גאנץ לעבן.
 
מ'דארף אבער וויסן אז מייקראסאפט קען מען איינקויפן פאר גאר ביליג ($14 וכדומה), און האבן מייקראסאפט'ס אלע פיטשערס פאר א גאנץ לעבן.
קום אריין מיט דיטעילס, ביטע.
 
זייער פשוט, גוגל צו קויפן אפיס פאר ביליג, גיי נישט אריין צו די וואס זאגן צו אפיס פאר בחינם - דאס איז גארבידזש, אבער די וואס בעטן העכער צען דאלער פאר אפיס, איז וואליד.

איין זאך, כ'מיין מ'קען עס נישט נוצן פון איין קאמפיוטער צום צווייטן, אז דו קויפסט א נייע קאמפיוטער, דארפסטו קויפן פון פריש.

דא האסטו איינער וואס איך האב גענוצט אפאר חדשים צוריק (יעצט בעט ער שוין 29.99), זייער גוט. אזוי אויך גוטע און נארמאלע קאסטומער סערוויס, זיי מאכן זיכער אז דו האסט עס טאקע. און זהו, מ'צאלט נישט חודש'ליך וכו'.
 
עפעס א it מהאט מיך אמאל געוויזן ווי מ'קען קויפן 365 פאר 2 דאלאר
 
איין זאך, כ'מיין מ'קען עס נישט נוצן פון איין קאמפיוטער צום צווייטן, אז דו קויפסט א נייע קאמפיוטער, דארפסטו קויפן פון פריש.
פארוואס צאלסטו אויב די קענסט נישט אריינסיינען און עס ניצן איבעראל?
 
כ'זיך נאר פאר אן Excel (בחינם אדער ביליג)
קען מיר איינער ביטע העלפן
🙏
 
Back
Top