טעראפי פרייזן

גרשון

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 7, 2024
מעסעדזשעס
17
רעאקציע ראטע
90
איך האב לעצטנס געהערט פון עטליכע וואס זענען אין טעראפי און איך ווער יעדע שטיק צייט נאכאמאל סורפרייזד ווען איך הער א פרישע אלל טיים היי אין טעראפי ראטעס און איך וואונדער זיך וואס דער עולם האלט.

איך האב געהערט א שיעור אויף א געוויסע היימישע פלאטפאמע און עטליכע טעראפיסטן האבן ארומגערעדט אבער די שוועריגקייטן וואס די ליידנדע מאכן מיט אז עס איז נישט מעגליך צו באגרייפן זייער פיין, וואספארא העראוס זיי זענען, און מען האט באשטימט א מעמענט פון שטילקייט פאר די וואס גייען דורך.

איך האב זיך זייער געוואונדערט און עס האט מיר געווייטאגט און כוויל באמת פארשטיין נישט judge'ן, עס זענען דא אסאך אין די ליין וואס בעטן שווערע הונדערטערס פאר א סעסיע. איך פארשטיי אז דאס איז א פראפעסיאנאלע סערוויס און עדיוקעישאן צו ווערן לייסענסד -פאר די וואס זענען לייסענסד- איז קאסטבאר, אבער איך וויל פארשטיין פארוואס א טעראפיסט זאל זוכן צו מאכן את האלבע מיליאן דאלאר+ א יאר אויפ'ן חשבון פון הילפלאזע מענטשן וואס מוזן האבן די הילף און קענען זיך קלאר נישט ערלויבן די קאסטן? עס זענען זיכער דא אזעלעכע וואס זענען פיינע מענטשן וואס זוכן באמת ארויסצוהעלפן זייערע קליענטן אבער פארוואס שפירט ער פאר ריכטיג און באקוועם רייך צו ווערן אויף די חשבון פון זיינע רחמנות'דיגע פארווייטאגטע צוזאמכעבראכענע און אפטמאל ארימע ברודער און שוועסטער?
 
על פי רוב איז עס וויבאלד ס׳איז דא א גרויסע דימענד פאר פראפעשינעל העלפ.
Supply & demand
 
אין מאנסי קען מען גיין צי Achieve פאר ממש ביליג בערך $35 א סעשען, זיי זענען ע״פ רוב מתחילים.
ריכטיג, אסאך הייבן אן אין לאקאלע קליניקס און נוצן דאס אלס א שפרינג ברעטל אויפצובויען א רעפוטאציע דערנאך גייען זיי "פרייוואט פראקטיס" און בעטן 10 20 x די רעיטס.

איך בין נישט דא צו האקן אויף טעראפיסטס אין וויל באמת פארשטיין די געדאנקן גאנג, פארוואס נאבעלע מענטשן שפירן רואיג אויפ'ן געוויסן צו בויען רייכטום אויף בלוט פון די מערסט וואלנערעבל קליענטעל.

לשבר את האוזן: א טעראפיסט וואס בעט 400$ א שעה אדער 300 פאר 45 מינוט אדער וואטעווער וועג עס ווערט געסלייסט, קען אהיימגיין מיט 750k א יאר פאר פול טיים ארבעט. איך פארשטיי אז אסאך ארבעטן נישט פול טיים.
 
כ'האב אמאל געפרעגט די שאלה פון א גרויסע (זייער א גרויסע) היימישע טעראפיסט האט ער מיך געענטפערט אז ער ארבייט 10 שעה א טאג און ער קאווערט קוים פון זיינע קאל'ס
האט ער געמאכט א חשבון אז כ'קאווער סייווי קוים זאל איך כאטש קאווערן די וואס צאלן די מערסטע
 
שוואכע תירוץ
hire a secratary to take the calls and it should be on a first call first serve basis, and once your full dont accept new patinats to your practice like many other doctors do
 
איך פארשטיי נישט פארוואס ער מעג נישט נעמען די וואס צאלן די מערסטע
(כ'ווייס נישט וואו סעקרעטערי קומט דא אריין יענער האט א סעקרעטערי)
 
ער מעג וואס ער וויל [חוץ אויב ס'הייסט מפקיע שערים - אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט]
האסט עס געשריבען ווי א תירוץ, זאג אז ס'איז נישט..
(כ'ווייס נישט וואו סעקרעטערי קומט דא אריין יענער האט א סעקרעטערי)
so skip the secratary, was kust an idea, you made it sound that he is overwhelmed
 
איך פארשטיי נישט פארוואס ער מעג נישט נעמען די וואס צאלן די מערסטע
(כ'ווייס נישט וואו סעקרעטערי קומט דא אריין יענער האט א סעקרעטערי)
די סטענדערט פרייז איז געבויט אויף די מענטשען וואס געבען אוועק צייט און אסאך געלט צו באקומען לייסענס, קומען די אנלייסענס wannabes און בעטן די זעלבע פרייז.
זאת ועוד, די רבנים מחנכים און עסקנים האקן אנטקעגן די לייסענסט טעראפיסטן (וואס טיילען מיט ווייניגער וועגן היפע) איין האנט וואשט די צווייטע אין מרייסט ארויס געלט פונעם ציבור
 
@א איד פארוואס זאל ער נישט מעגען נעמען די וואס צאלן די מערסטע?
איך האב פארשטאנען פון @פארקינג אז ער איז בעצם מכיר אז די פרייז איז איבערגעטריבען און אפשר א עוולה אבער ער איז עס מצדיק מיט דעם אז יענער איז פיל און קען נישט נאכקומען, האב איך געשריבען אז איך זעה דאס נישט פאר א תירוץ נאר אדרבא זאל ער טו וואס אנדערע דאקטורים, דענטיסט וכו' טוען.
קלאר?
 
@א איד פארוואס זאל ער נישט מעגען נעמען די וואס צאלן די מערסטע?
רוב היימישע קומען אן צו טעראפי דורך רבנים, דיינים,עסקנים און מחנכים, די הייסען גיין און דערקלערן די פרייז אלץ ׳נארמאל׳ ( באזירט אויף די לייסענסט טעראפיסטן) און אויסטויש באקומען די רבנים די דעטאלען וואס די קליענט געבט ארויס בחדרי חדרים
 
א לייסענסד טערפיסט גיבט ארויס דעטאלען?
 
וואו איז @דאקטאר-ראבינער ווען מ'דארף אים?

איבער טעראפיסטן האב איך שוין אסאך געשריבן אין ק"ש. אבער אזויפיל יא, אויב איינער איז אינטרעסירט איז דא צו באקומען היבש ביליגער פסיכא-אנאליטישע טעראפי ביי די אפציעלע אינסטיטוציעס ארום די וועלט (אט איז פון ניו יארק - Psychoanalytic Consultation and Treatment), זיי שרייבן אז די פרייז ווערט אפגעמאכט לויט די פינאנציעלע מעגליכקייטן פונעם קליענט, און אין ענגלאנד שרייבן זיי עס גייט אזוי ביליג ווי £5.

עס ארבייט אז מענטשן (מיט ווייניגער הוצאות און השגות ווי היימישע אידן) אין די שפעטערע שטאפלען פון טרענירונג נעמען אן קליענטן לשם מצוה אזוי-צו-זאגן, און ביי זיי איז די גאנצע נושא מער א קאריערע ווי איידער א פרנסה. ביי אונז לאידך גיסא איז עס אין די לעצטיגע פאר יאר פשוט א גאלדען גרוב, סיי ווייל די דעמאנד איז געשפרינגען ביזן הימל (און פראבלעמען פראדוצירן מיר איבער גענוג..) בנוסף צו די אלע פראגרמען זיך צו לערנען און צו מאכן געלט דערויף, וואס האט ארויפגעשרויפט די מארקעט ווי משוגע..

צו דעם קומט צו אז זיין א טעראפיסט איז באמת א שווערע דזשאב, ווייניג זענען מצליח צו בויען א סטאבילע פרנסה פון אויסהערן אנדערעמ'ס צרות און דארפן עסקנ'ען מיט יעדער פראבלעם וואס יענעמ'ס שוויגער האט.. עס איז מענטאלי דרעינינג, זייער אסאך פאלן ארויס עווענטואל, און די וועלכע זענען יא מחליט ווייטער צו גיין מאכן טאקע דעם חשבון אז זיי קענען כאטש מאכן די געלט וואס די פארמעגליכערע בתוכינו זענען מוכן צו באצאלן.
בנוסף צו די סוביעקטיווקייט פונעם דזשאב וואס מאכט די סעלעקציע פראצעדור - צווישן די מוצלחים און wanna-be's - זייער פארהויכט אז מענטשן טרעפן זיך צאלן די הויזן נאר אויסצוגעפינען אז דעם מענטש/מעטאדע ארבייט נישט פאר אים בכלל אדער אז זיין דייאגנאזע איז אינגאנצן עפעס אנדערש..
 
רוב היימישע קומען אן צו טעראפי דורך רבנים, דיינים,עסקנים און מחנכים, די הייסען גיין און דערקלערן די פרייז אלץ ׳נארמאל׳ ( באזירט אויף די לייסענסט טעראפיסטן) און אויסטויש באקומען די רבנים די דעטאלען וואס די קליענט געבט ארויס בחדרי חדרים
דאס איז א שטארקע באשולדיגונג
 
Back
Top