טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

איך האב נישט גערעדט ספעציפיש אויף די פרוי, איך פרעג ווי די רבנים זענען בכלל.

און אויף די מעשה איז די מציאות נישט וויאזוי דו לייגסט עס אראפ, אפילו עס איז זייער געשמאק צו בארעדן און באשולדיגן מענטשן מיט געלט.
ביידע האבן געלט און power דא, ווען נישט וואלט ער שוין געגעבן א גט 10 יאר צוריק.
איך זאג נישט אז מארקרוויטש איז די גרעסטע צדיק… ער איז זיך ווערט די געלט… אבער געב א קוק אויף יצחק ראבינאוויטש׳ס היסטערי און סשרייט ווער סיז די גרויסע חי׳ה דא…
 
אלע אזוי גערופענע רשעות פון ראבינאוויטש האט זיך אנגעהויבן נאך אפאר יאר וואס מארקאוויטש האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א גט אפילו ער האט געהאט וויזיטעישאן.
 
איך פארשטיי נישט אייער פראגע.
וואס מאכט אויס אז פרויען זענען אין תפיסה שוין פאר יארן?
דער רב איז אומשילדיג פארכאפט אין א לאנד, צוליב טעראר פון א רייכן איד.
צווישן מיר און דיר קען הרב כ״ץ גארנישט טוהן דא וועגן די פרשה. ער האט בכלל נישט קיין ווארט דא, זיין זיצן אין ארץ ישראל גייט גארנישט טוישן די מאן און די ווייב /איר רייכן טאטע איבער געבן א גט.
דאס הייסט אין אידיש אז הרב כ״ץ זיצט פארכאפט אין ארץ ישראל פאר גארנישט!

פשוט א נקמה פונעם רייכן איד לשם נצחון אויף א איד א תלמיד חכם אן עובד השם.

עס איז גאר מאדנע אין מיינע אויגן.
ווי קומט דא אריין רייך אדער ארעם? די רבנות טוט דאס פאר יעדן צוגלייך
 
אלע אזוי גערופענע רשעות פון ראבינאוויטש האט זיך אנגעהויבן נאך אפאר יאר וואס מארקאוויטש האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א גט אפילו ער האט געהאט וויזיטעישאן.
דעיס פארענפערט נישט די מעשה טעראר וואס ראבינאוויטש טוט יעצט.
 
אלע אזוי גערופענע רשעות פון ראבינאוויטש האט זיך אנגעהויבן נאך אפאר יאר וואס מארקאוויטש האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א גט אפילו ער האט געהאט וויזיטעישאן.
גערעכט מארקאוויטש איז קײן גרויסע צדיק
אבער וועגן דעם אפהאלטן א רב, וואס קען כהיום גארנישט טוהן אז ס'זאל זיין א גט

אז דו ווייסט יא וואס מארקאוויטש איז, ווייסטו אז ער וועט זיך בכלל נישט ברעכן פאר הרב כ''ץ

און דיין טענה פארוואס רבנים נעמען זיך נישט אהן פאר אלע עגינות, גערעכט
אבער וועגן דעם מעגן זיי שוין נישט זיך אנעמען פאר קיינעם

למעשה זיצט יעצט ר' אברהם כ''ץ אין א''י פאר גארנישט

און אז דו זארגסטיך פאר עגונות, זיין ווייב איז שוין א עגונה באלד 3 חדשים...
 
ווי קומט דא אריין רייך אדער ארעם? די רבנות טוט דאס פאר יעדן צוגלייך
גערעכט
האט נישט מיט זיין געלט
ס'איז סתם אן עולה

(געווענליך וועלן זיי אבער נישט איינשפארן, נאר די מאן אליינס, און נישט א צווייטער וואס האט למעשה נישט קיין ווארט אויף אים)
 
אלע אזוי גערופענע רשעות פון ראבינאוויטש האט זיך אנגעהויבן נאך אפאר יאר וואס מארקאוויטש האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א גט אפילו ער האט געהאט וויזיטעישאן.
אמת ?
 
גערעכט מארקאוויטש איז קײן גרויסע צדיק
אבער וועגן דעם אפהאלטן א רב, וואס קען כהיום גארנישט טוהן אז ס'זאל זיין א גט

אז דו ווייסט יא וואס מארקאוויטש איז, ווייסטו אז ער וועט זיך בכלל נישט ברעכן פאר הרב כ''ץ

און דיין טענה פארוואס רבנים נעמען זיך נישט אהן פאר אלע עגינות, גערעכט
אבער וועגן דעם מעגן זיי שוין נישט זיך אנעמען פאר קיינעם

למעשה זיצט יעצט ר' אברהם כ''ץ אין א''י פאר גארנישט

און אז דו זארגסטיך פאר עגונות, זיין ווייב איז שוין א עגונה באלד 3 חדשים...
איינער וואס האט גע'הרג'ט א מענטש קען אויך גארנישט טוהן, אבער דאס מאכט אים נישט אומשולדיג
 
איינער וואס האט גע'הרג'ט א מענטש קען אויך גארנישט טוהן, אבער דאס מאכט אים נישט אומשולדיג
איך פארשטיי נישט וואס דו גלייכסט צו

בשעת ער האט גע'חתמ'ט אויף די היתר מאה רבנים איז ער געווען איבערצייגט אז דאס איז די ריכטיגע דעת תורה
(מתחילה האבן אסאך גרויסע רבנים גע'חתמ'ט)
ער מעג נישט האבן קיין אייגענע דעת תורה?

און למעשה האלט מען אים אפ, מיט די תירץ אז ער איז מעגן וואס איז אויך נישט אמת

סא למעשה איז ער דארט סתם פאר רשעות
 
איך ווייס נישט.

ווען כ'האב עס געזעהן בין איך געווארן גאנץ צושאקלט, מ'שלעפט איהם ממש ווי א פארברעכער. אויב איז אמת אז מעכת"ה האט פרובירט צו אנטלויפן מיט אן אנדערע פאספארט, געבט עס אביסל קאנטעקסט. (נישט דוקא גערעכטיגקייט)
 
לויט ווי איך האב געהערט, איז ער געווען מיט זיין פאספארט, און געהאפט אז יעצט וועט מען אים נישט אפשטעלן

למעשה האט די רבנות פארלאנגט אז מ'זאל אים ארעסטירן
ווען ער וויל אנטלויפן מיט א צווייטענס פאספארט וואלט אים די מדינה איינגעזעצט נישט די רבנות
 
איך מיין by now אפילו ראבינאוויטש האט חרטה געהאט, האט ער נישט קיין וועג צוריק.
 
Back
Top