- זיך איינגעשריבן
- מאי 3, 2024
- מעסעדזשעס
- 64
- רעאקציע ראטע
- 320
אפענער האט געשריבן:
אלע אזוי גערופענע רשעות פון ראבינאוויטש האט זיך אנגעהויבן נאך אפאר יאר וואס מארקאוויטש האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א גט אפילו ער האט געהאט וויזיטעישאן.
יא און ניין, דאס איז א שטיקל געזלייטינג, טו בי אנעסט.
די ערשטע פאר יאר נאך די סעפערעישאן האט דער טאטע געהאט סופערווייזד וויזיטעישאן, איך וועל נישט אריינגיין וויפיל צרות יגון ואנחה עס איז פארגעקומען ביי יעדע וויזיטעישאן, ער האט קיינמאל נישט געהאט די קינדער אליינס, און ביי יעדע וויזיטעישאן איז געווען נייע מעשיות פארוואס זיי קענען נישט קומען באצייטנס, אדער בכלל נישט אנקומען, אדער איז מען "פונקט" אוועקגעפארן, א.א.וו. און אפילו ווען ער האט זיי שוין יא געהאט איז די סופערוויזשאן געווען היבש דעגראדירנד, יעדע ווארט וואס ער האט גערעדט איז געווארן רעקארדירט, יעדע פאראגראף געוואויגן און געמאסטן, און שפעטער גענוצט אין קאורט.
בימים ההם האט מען נאך געארבעט צוריקצוגיין. דער מאן מארקאוויטש האט געהאט האפענונג אז אויב וועט זיין שווער זיך ארויסרוקן פונעם בילד וועט ער זיך קענען אדורכקומען מיט זיין ווייב, און עסקנים האבן העפטיג געארבעט אויף אן אגריעמענט וואס זאל צופרידנשטעלן ביידע צדדים.
אבער דער שווער האט נישט געהאלטן דערביי. זיין עגא איז געווען גאר הויך און זיין כעס האט געברענט, ער האט נישט געוואלט הערן פון אזא געדאנק. ער האט געווארנט און געסטראשעט יעדן איינעם, אפילו זיין אייגענע טאכטער די עגונה, אז דאס גייט נישט פאסירן אונטער זיין זייגער. עס איז געווען א ערנסטע געפעכט צווישן די עסקנים מצד די מאן און ראבינאוויטש מיט זיינע אונטערגעקויפטע שיק אינגלעך. דער מאן האט נישט געוואלט דאן געבן א גט ווייל ער איז געווען זיכער אז זיין פריערדיגע ווייב איז גרייט צוריקצוקומען וואוינען מיט אים.
שפעטער האבן זיך זאכן דערקייקלט ארויס פון קאנטראל און ס'איז געווארן נתפרדו החבילה פון דעם טאטן מיט זיינע קינדער, דער אינגערמאן איז כסדר געווען אין קאורט אפצושלאגן די אלע קלאגעס וואס זיין שווער האט אריינגעגעבן אנטקעגן אים, א זאך וואס האט ארויסגעצויגן דעם התמצית פון אים, דמים תרתי משמע, בלוט און געלט, אויף וואס ער האט זיך פאר'חובות'ט (און דעריבער פארלאנגט ער געלט פון זיין שווער פשוט צו באצאלן די בלוטיגע חובות), און היינט שטייט מען ביי דעם מצב אז דער יונגערמאן פארלאנגט די 3 פשוט'ע לעגיטימע בקשות - 1. לאמיר זעהן מיינע קינדער, 2. נעם ארויס אלע קלאגעס פון קאורט, און 3. באצאל מיר די פאר דאלער וואס איך האב מיר פאר'חובות'ט א דאנק דיינע רשעות. די מינוט וואס איך האב דעם אגרימענט אין האנט באקומט די פרוי א גט.
עכ"פ מען מישט אויס די צייט פון זעהן די קינדער צו די צייטן פון נישט וועלן געבן א גט, סתם צו דרייען א קאפ פאר די אומוויסענדע.