טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

דאס פארט ארום
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Rabinowitz-44444445.jpg
    Rabinowitz-44444445.jpg
    246.5 KB · געזען: 148
די פלא (אויך מיר א פלא) איז אז די בד''ץ עדה החרידית און די התאחדות הרבנים, קומען נישט ארויס מיט קיין שום מכתב מחאה, אז א היימישע איד, וואס פאריפט זיך אלץ א חלק פון זייערע קהילות, האט גערופן א רב אין די רבנות
אזאך וואס זיי און זייערע פארגייער האבן שטארק גע'אסר'ט,

זעהט אויס אז פאר אפאר דאלער, איז שוין אלעס מותר, די גאנצע ציונות עבו''ז קען מען מבטל זיין פאר די רייט פרייז
 
דאס פארט ארום
די מאכן דא א מישמאש מיט די שטעכערייען אז עס איז הויעך יום טוב. קיינער האט קיינמאל נישט חושד געווען ראבינאוויטש אויף די פארשעי'ע שטעכעריי נאר אויף די ערשטע שטעכעריי, און אדרבה, נאך די פארשעי'ע שטעכעריי איז הוברר הדבר אז די ערשטע שטעכעריי איז געווען פונעם זעלבן צורודערטן פארשוין און די גאנצע לשה"ר איז נישט מער ווי א האוקס.
 
גארנישט אזוי ”הוברר הדבר“ ...

פרעג נאר די יודעי דבר, אז דו צוויי האבן נישט קיין שום שייכות...
 
ווער זענען די יודעי דבר? מקווה שמועסערס?

In either case מאכן זיי א מישמאש
 
נישט דא קיין עכטע קראנטע באווייז אז ס'איז געווען די זעלבע שיסער!

מ'האט אזוי געזאגט, כדאי אראפצונעמען די חרון אף
 
און עס איז דא "מער" באווייזן אז עס האט געהאט מיט ראבינאוויטש?
 
נישט וואס מ'האט ארויסגעגעבן...

אבער ס'שטייט פונקט אזוי
אבי גערעדט. אפילו דער באקאנטער אדמו"ר וועלכער האט זיך צוגעכאפט צו דעם געבעקס, וויבאלד מארקאוויטש איז א חסיד פון זיין שוואגער, האט שפעטער ברבים חרטה געהאט דערויף (ביי א ל"ג בעומר טיש). והדברים עתיקין.
 
די רבנות הראשית האט גע'פסק'נט אז די רב קען נישט פארלאזן די לאנד, ביז די אינגערמאן גיבט א געהעריגע גט פאר זיין פרוי!
נישט מער ווי גערעכט, היתר מאה רבנים איז נאר ווען די פרוי וויל נישט נעמען.
 
האסט די פסק?

איך האב נישט גע’חלומ’ט עס וועט זיך עסקעלעיטן אזוי ווייט און "יעדער" איז שטיל.
 
הער אויס דארפסט פארשטיין עס קומט יעצט א 50 מיליון קאמפיין יעצט איז נישט די צייט, סאררי.
 
נישט מער ווי גערעכט, היתר מאה רבנים איז נאר ווען די פרוי וויל נישט נעמען.
דו רעדסט ע''פ תורה?
איז דא א היתר איינעם אפצוהאלטן פון ארויס פארן פון א לאנד?
ווייל א צווייטער האט נישט געגעבן קיין גט?
 
אויב עס איז כח בי"ד יפה קענען זיי טוהן וויאזוי זיי פארשטייען
 
נישט מער ווי גערעכט, היתר מאה רבנים איז נאר ווען די פרוי וויל נישט נעמען.
וויאזוי ווייסטו ווען א היתר מאה רבנים ארבעט. בעצם על פי תורה דארף א מאן נישט קיין היתר מאה רבנים חתונה צו האבן מיט נאך א פרוי, נאר תחליב די חרם דרבנינו גרשון דארף מען די היתר.
 
די קענסט טוען וואס די ווילסט אבער ע״פ די ארטעדאקסישע אידישקייט זייט רבינו גרשם טאר מען נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער, נאר מען דארף ערשט אפ׳גטן די ערשטע, אויב וויל די פרוי נישט נעמען די גט אויף דעים ארויף איז דא א היתר מאה רבנים, אבער ס׳העלפט נישט קיין היתר מאה רבנים ווען ער וויל נישט געבן קיין גט.
 
ווי איך פארשטיי איז ער גייט צו געבן א גט נאר מיט א תנאי אז מ'לאזט איהם זעהן די קינדער, כ'זעה גארנישט שלעכט מיט דעים. און א היתר מאה רבנים איז עס ווייטער וויבאלד ס'איז דא 100 רבנים וואס האבען איהם געגעבן א היתר חתונה צו האבן!
 
מ'קען נישט געבן א גט על תנאי, ממילא אויב האט ער געגעבן א גט, אזויווי עס לויטעט די אפיציעלע ווערסיע אז עס ליגט א גט ביי א בי"ד, קען מען עס נישט מאכן מיט קיין תנאי. איי פארוואס קען נישט די פרוי אפנעמען די גט? א גוטע קשיא....
 
Back
Top