- זיך איינגעשריבן
- אפר. 17, 2024
- מעסעדזשעס
- 248
- רעאקציע ראטע
- 982
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
כשם שאין פרצופיהן שוות וכו', ס'איז נישט מעגליך צופרידצושטעלן יעדן איינעם, ס'וואלט עכט געדארפט זיין אזא דריי הונדערט מיליאן פארטייען, כדי יעדער זאל זיך טרעפן אין א גוטע פארטיי - זיין פארטיי.רוב אמעריקא האלט פונקט ווי דיר, כמעט יעדער האט זאכן וואס ער וואלט געוואלט אז זיין פארטיי זאל טוהן אנדערש, ווען ס׳וואלט געווען מער פארטייען וואלסטו געהאט א פארטיי וואס שטימט מיט מער זאכן וואס די האלטס ס׳איז ריכטיג.
די חילוק איז נאר אז די טאג שפעטער איז שוין געזעצן א נייע לידער אויפן בענקל אן קיין פיפס פון די אנדערע זייט. וד"לאגב שבאגב אז מ'רעדט פון ענגלאנד און אונזער סיסטעם וואס איז בייעסד צו די רעפובליקאנער.
ביי די לעצטע וואלן אין ענגלאנד זענען די טאריס ארויס מיט קוים בענקלעך בשעת די לעיבער האט נישט געהאט צופיל מער וואוטס פון זיי.
סאיז די זעלבע בחינה אביסל
דעמאקראטישע פארטיי, ווייל טראפ ווען ער איז געלאפן אין 2016 האט אים די רעפאבליקאנער פארטיי נישט געוואלט, אבער אזוי ווי די וויילער האבן דאס געוואלט האט ער עס געמאכטבכלל האט פארטיי נאמענאציעס נישט צופיל מיט דעמאקראטיע בכלל, יעדער קען לויפן אן א פארטיי
פארקערט די סיבה איז דעמאקראטיש ווייל אזוי וועט מען נישט אינגארין די קליינע שטאַטןדי זעלבע קאָנסטיטוטיאָן וואס זאגט אז ווער ס׳געווינט רוב דעלעגאטן פון די סטעט׳ס געווינט די פרעזידענט וואלן אפילו ער האט נישט רוב שטימען פון די לאנד זאגט אויכט אז די פארטיי קען אויסוועלן א קאַנדידאַט מיט דעלעגאטן, און רוב דעמעקראטן דעלעגאטן האבן געוואויט פאר העריס, אויב די ווילסט גייען מיט וואס דעמעקראטישע שכל זאגט און נישט וואס די קאנסטיטושאן זאגט וואלט טראמפ נישט געווארן פרעזידענט אין 2016 און האט כמעט נישט קיין שאנס צו געווינען יעצט די וואלן.
גיי ארום פרעגן דעמאקראטן אויב זיי זענען צופרידן אז מ'האט געטוישט ביידען פאר העריס, איי בעט יא א גרויסע רוב וועט זאגן אז יא, די זעלבע רוב וואס האט געשטימט פאר אים. און פארגעס נישט, ער איז נישט געלאפן אקעגן העריס.דעמאקראטישע פארטיי, ווייל טראפ ווען ער איז געלאפן אין 2016 האט אים די רעפאבליקאנער פארטיי נישט געוואלט, אבער אזוי ווי די וויילער האבן דאס געוואלט האט ער עס געמאכט
קענסט עס אנקוקן יא אדער נישט דעמאקראטיש, פארוואס זאלן די קליינע שטאטן האבן מער רעכטער וואו די פראצענט פון זייערע בירגער? פארוואס מגען די זעלבע סאך מענטשן אין גרעסערע שטאטן ווערן איגנארירט?פארקערט די סיבה איז דעמאקראטיש ווייל אזוי וועט מען נישט אינגארין די קליינע שטאַטן
Trump-O-Meter : Tracking Trump's Campaign Promises | PolitiFactטראמפ איז די ערשטע (פאליטישן?) וואס פארקויפט אז ער האט אויסגעפירט זיינע צוזאגען כצ"ל
איך פארשטיי בככל נישט וואס די זאגט דא , יעצט האט יעדער די זעלבע רעכטן, מדארף געווינען א שטאט, יעדער זיכט די גרויסע שטעט, אבער אויך די קליינע וואס דאס איז די שליסלקענסט עס אנקוקן יא אדער נישט דעמאקראטיש, פארוואס זאלן די קליינע שטאטן האבן מער רעכטער וואו די פראצענט פון זייערע בירגער? פארוואס מגען די זעלבע סאך מענטשן אין גרעסערע שטאטן ווערן איגנארירט?
דעיס האט גארנישט מיט דעמאקרראטיע, פשוט ווען די פארטייניגטע שטאַטען האט זיך געגרינדעד האבן די קליינע שטאטן נישט געוואלט אריינקומען אינעם פאראיין מיטן טענה אז וויבאלד זיי זענען אזוי קליין וועט קיינער זיך נישט רעכענען מיט זיי, האט מען זיי געגעבען די סענעט וואס דארט ווערט א יעדע שטאט רעפרעזענטירט אייניג.קענסט עס אנקוקן יא אדער נישט דעמאקראטיש, פארוואס זאלן די קליינע שטאטן האבן מער רעכטער וואו די פראצענט פון זייערע בירגער? פארוואס מגען די זעלבע סאך מענטשן אין גרעסערע שטאטן ווערן איגנארירט?
כאילו די פיפס איז א מוראדיגע פראבלעם...די חילוק איז נאר אז די טאג שפעטער איז שוין געזעצן א נייע לידער אויפן בענקל אן קיין פיפס פון די אנדערע זייט. וד"ל
אין ענגלאנד איז נישטא קיין פרייהייט פון ווארט, ש׳קיין וואונדער אז מען הערט נישט קיין פיפס.כאילו די פיפס איז א מוראדיגע פראבלעם...
אין אמעריקא פרובירט מען נאך צו האבן עפעס פרידאם אוו ספיעטש, אז איינער וויל זאגן אז ער האט געווינען קען ער עס כמעט איבערלעבן...
קלינטאן האט געזאגט 2016 אז טראמפ איז נישט יושרדיג אויפן בענקל, סטעיסי עיברעימס האט געזאגט אז זי האט עכט געווינען, און זיי האבן געמעגט זאגן וואס זיי ווילן, ווילאנג זיי געבן איבער די בענקל פאר ווער סהאט געווינען.
מ'קען ווען מיינען אז ביידען האט געווינען די וואלן אין טראמפ איז געווארן פרעזידענט...
ער האט טאקע נישט אויסגעפירט אלע זיינע צוזאגן, אבער א חלק זיכער, אבער די פוינט איז, אז ער האט עס געמיינט ערנסט, און ער האט געארבעט דעראויף, אז איז נישט געקומען לידי מעשה איז שוין נישט זיין שולד, נישט ווי אנדערע וואס האבן פארגעסן דערפון א טאג נאכ'ן געווינען די עלעקשאן
צו ער האט עס געמיינט ערענסט אדער נישט איז שוין סאבדזשעקטיוו. א צווייטער קען האלטן אז ביידען מיינט ערנסט וואס ער זאגט און טראמפ איז א קאן ארטיסטער האט טאקע נישט אויסגעפירט אלע זיינע צוזאגן, אבער א חלק זיכער, אבער די פוינט איז, אז ער האט עס געמיינט ערנסט, און ער האט געארבעט דעראויף, אז איז נישט געקומען לידי מעשה איז שוין נישט זיין שולד, נישט ווי אנדערע וואס האבן פארגעסן דערפון א טאג נאכ'ן געווינען די עלעקשאן