טשולענט/בעיון ובקיאות

וואלווי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
439
רעאקציע ראטע
1,555
בפניא דמעלא שבתא, נאכ'ן שואף זיין עשבי בשמים און א טבילה בתשעה קבין מים רותחין (אויף דעם סדר, פרובירטס עס נאר אויס..), האמער צוגעטרעטן צו מוציא זיין ליבן של צדוקים, און זיך גענומען ספייסן דעם טשולענט, און פארשטייט זיך אז ס'פייסט זיך באנפא נהירין ווען מ'שוועבט אין פיטום הקטורת כיצד. דאך האבן מיר נישט פארלוירן די דעת און פארצייכנט בשעתו עטליכע פונקטן מיט צוטיילן מיט די חשוב'ע לייענער:

קודם עמער מסדר זיין סדר המערכה, ויחולק לתלת אנפין די אינגרידעענטס הכלליים פונ'ם טשולענט.

1) די גוף המאכלים, פלייש, בונדלעך, און אפילו הוספות ווי פאטעיטעס וכו'

2) אנדערע זייטיגע הוספות און חכמות וואס א יעדער איינער איז אליינס מחדש וואס זענען אליינס מאכלים אבער טפלים לעיקר. למשל, האניג, טשילי סאוס, קעטשאפ, בארבקיו סאוס, צוויבל, קנאבל, וכו'

3) טריקענע ספייסעס וואס ענהענסן די טשולענט דהיינו, זאלץ, ציקער, בלעק פעפער, פאפריקע, אניאן פאודער, גארליק פאודער, קראשד רעד פעפער, איטעליען סיזאנינג, וכו' וכו'.

איצטער דארף מען זעהן אז די דריי קאטאגאריעס זאלען זיין מכוון זה לעומת זה. אז די טשולענט גייט זיין צו די זיסע זייט פארלאנגט זיך א דגוש אויף שארף כגון פעפער למינהם. אז די טשולענט גייט זיין טיעף אין טעיסט פארלאנגט זיך א דגוש אויף גארליק. עפעס אזוי. מ'קען טוהן זיס, העווי, און טיעף אויף איין מאל ואיך, נאר דעמאלטס איז דא א דגוש אויף ביידע, סיי פעפער און סיי גארליק וכו'. פארשטייט זיך אז לויט די צוזאם שטעל פון פלייש און באנדלעך א יעדער לויט זיין פערזענליכע ליבע, וויסט מען ווי צו לייגען א דגוש אויף די ענהענסערס צו ס'זאל זיין זיס אדער צו ס'זאל זיין העווי, און לויט די ענהענסערס ווייסט מען וועלעכע ספייסעס זאלן זיין שטערקער און וועלעכע שוואכער.

יעצט, וועלעכע רעכט דענקיגער אידיש קינד איז זיך נישט משתעשע מיט'ן טשולענט. ס'איז א בחינה פון אינער טשיילד וואס מ'לאזט ארויס אויף די פריי. וכן נוהגין ארום צו שפילן פון וואך צן וואך עפעס מחדש זיין מיט'ן שיסל מעשה רוקח. נישט אייביג געלאנגט עס, אבער דאס איז די עקספעריענס, די לומדות פון להוציא מליבן (א היכא תמצא פון א מילוי וואס איז גורם א העדר, אבער גיי פארשטיי..). יעצט היות אז על טעם וריח אין להתווכח, נעם איך נישט קיין אחריות אויף קיינעמס תאות און פאנטאזיעס ווי אזוי סשמעקט עם די טשולענט, ולא ע"ז אנו דנין. דא איז די מדובר אין פערזענליכע תערובת כפי שעולה על רוחי בעת הקטר חלבים.

די פלייש/בונדליך קאטאגאריע איז נישט קאמפלעצירט, און אויך נישט קיין פָאן צו פאטשקענען מיט. מ'איז גאנץ שנעל מחליט וועלעכע פלייש, וכן וועלעכע מין בונדלעך. דאס זענען פיקסט אינגרידיענטס. די טפל'ס מיט די ענהענסערס זענען די עיקר וועריעבל פון די טשולענט. ענהענסערס קענען זיין גרויסע גילוים, אבער מצד שני קענען זיי צוגרונד לייגען א טשולענט אויף נישט צו שלינגען.

לאמיר כאפן א דוגמא. אביסל טאמעיטא טעם במידה ובמשקל קען זייער צוניץ קומען אלס אן ענהענסער אין פארשידענע געקעכטס, ווייל ס'טיפערט דעם טעם, אבער מיט גרויס פארזיכטיגקייט. מאנכע לייגען א קוועטש קעטשאפ אלס ענהענסער, ביי מיר איז דאס א נאו נאו. קעטשאפ האט אזא שטארקע טעם אז וויפיל די טרייסט עס נישט צו טעיסטען שטייט עס נאך אלס ארויס, און אן ענהענסער טאר נישט ארויס שטיין בשום פנים, ס'דארף נאר ענהענסן די טעם פון פלייש און באנדלעך, אבער נישט מאכן שבת פאר זיך. מצד שני איז דא אבער א בענעפיט פון אביסל טאמעיטא טעם צו די ביעפי טעם פון די פלייש, דווקא ווען ס'איז געקאכטע פלייש ווי א טשולענט, ווייל דאס קען ארויסנעמען די ווייסעריגקייט פון די געקאכט פלייש.

לשם השפיל ופאטשקע, האמיר אנגעהויבן פרובירן א קליין לעפעלע פשוט'ע טאמעיטא סאוס, ס'איז נישט געווען ווער ווייסט וואס, קיין ענהענסער איז עס נישט געווען, ס'האט נישט צופיל אויסגעמאכט. איז מען געקומען צו די הכרה אז די קעטשאפ איז נישט א פראבלעם מחמת די טאמעיטא גופא, נאר אלס די עדישינאל אינגרידיענס אין קעטשאפ. דאס איז שוין געווען לאנג צירוק.

לעצטענס האביך פראבירט אריין לייגען אביסל סאלסא, קיין שלעכטע טעם איז עס נישט, אבער דאך מהיכי תייתי, אבער ס'האט נישט די טיפקייט וואס אביסל טאמעיטא געט צו. דע וואך איז איין געפאלען צו באטראכטן די דיפס פון פרידזש, און מ'האט ארויס געשלעפט מאטבוחא און טורקיש דיפ. דא קיקט אריין די בריליענס, און מ'שטייט און חקר'נט וואס איז די נפק"מ צווישן טערקיש און מטבוחא? מ'טעיסט אהין און צירוק, מ'ראלט די אויגן אריין און ארויף, והנה, מ'איז דערגאנגן די נפק"מ. טורקיש האט א טיפערע פלעוואר אין זיך, איך ווייס נישט וויפיל טאמעיטא ס'האט, אבער אויב יא איז עס שטארק קאנסענטרעיטעד אדער פראסעסד. ווידער מטבוחא האט א לייכטערע טעיסט, כאילו מטעיסט מער די פלעיווער פון פרישע ירקות. האביך גענומען א ריסק און אריינגעלייגט א פילן לעפעל מטבוחא, מה נאמר מה נדבר, ס'האט געקליקט ווי א צוגערעטל צו א קאווע. די סוגיא ס'איז נישט פשוט'ע א' ב', אבער מ'לערנט זיך צוביסלעך ווי אזוי צו אויס פירן שידוכים.

נאך א שפיל. זיסקייט. מ'קען עס לאזן טריקן אן קיין שום זיסקייט, אבער פונקט ווי זאלץ איז זיסקייט אויך אן אינטעגרל ספייס. מיט די ריכטיגע מאס ארבייט עס אקעי, אויב מ'לייגט נישט צו פול. מיט די צייט האביך אנגעהויבן מרגיש געווען דריי אפציעס פון זיס, צוקער, האניג, און צוויבל/אניאן פאודער. צו אריינלייגען עכט זיס וועט פשוט'ע ציקער זיין בלויז זיס און ס'קען איבעלען און גאר קאליע מאכן די גאנצע מערכה. האמיר אנגעהויבן נוצן האניג וואס האט מער א יוניק פלעיוואר אין די זיסקייט. אבער עפעס האט געפעלט ווען מ'איז געקומען משדך זיין די האניג מיט די אנדערע ספייסעס. האמער אנגעהויבן ספליטן האניג מיט די צוקער פופציג/פופציג און נאכאלס געמאסטן אז סך הכל זאל נישט זיין עכט זיס. נישט שלעכט, אבער מיט די צייט האמיר איינגעזעהן א נייע זיסע קאמפאנענט, דאס איז צוויבל. מ'קען אריין לייגען פרישע צוויבל אבער דאס דארף מען טשאפן זייער פיין ווייל אויב נישט שווימט ארום סאגי שטיקלעך צוויבל וואס קען ח"ו מאכן פונעם גאנצע קדירה און גרויסע מוּש. ווידער א גאנצע אניאן, נישט געשניטן גיבט נישט אזא טעם, ובכל אופן קען ער אויך מאכן טראבל, און כ'האב נישט קיין געדולד עם ארויס רייניגן שפעטער. איז מען געבליבן מיט אניאן פאודער, וואס געט סיי א זיסקייט אבער נישט איבלדיג זיס. די טריסאָם האט יעצט גוט געארבעט, ס'איז געבליבן 25/25/50, מער אניאן פאודער נאך ווייניגער האניג/ציקער. זעמער יעצט געבליבן מיט א זיוויג יפה, דהיינו אניאן איז דאמינאנט און ציקער/האניג סאבמיסיוו.

דאס איז די טאקע די זיסקייט סוגיא בעצם, אבער כאמור לעיל דארף דאס אויך שטימען מיט די אנדערע ספייסעס. כדי די זיס זאל נישט איבעלען, הגם מ'מוז האבן עפעס זיסקייט כדי די טעם זאל נישט זיין לייכט, דאך דארף מען געדענקן אז די עיקר ספייס וואס וועט בעלענסן די זיסקייט וועט זיין בלעק פעפער. וזאת למודעא, אז צוקער און זאלץ זענען נישט דבר והפיכו, די אנדערע זייט פון זיס איז שארפקייט. פעפער און זיס זענען א פאראדאקס וואס ארבעט גוט דווקא צוזאמען, און אויב די בעלענס איז נישט גוט, ווערען זיי אומאפהענגיקע עלעמענטן, און די ציקער און פעפער ווערן פונקט ווי די זאַלץ און בלייבן עלנד. נישט געזארגט, מיט די צייט האט מען זיך געלערנט דאס אויך צו בעלענסן.

נאכאמאל, דא איז די מדובר פונעם לומדות פון טשולענט. וואס מ'האט יא אדער נישט ליעב אין טעיסט אדער טעקסטשער, קען מען פאר קיין צווייטען נישט פארקויפן, דאס איז דבר המסור בלב כל אחד ואחד. דאך, עמער צולייגן אפאר קלענערע טיפס וואס קען אמאל צינוץ קומען. דאס זענען יוצא דופן טיפס, ווייל די עיקר חכמות קען דאך יעדער בחור נאך פון די דארמיטארי יארן.

נעם למשל איטאליען סיזאנינג. ס'איז א געוואלדיגע ניצלעכע ספייס פאר אסאך מאכלים, אנדערש ווי זאלץ פעפער און ציקער, איז דאס א סטענד אלוין אייטעם, און פאר זיך געט ער פלעוואר בעצמותו. שרייבסט דאס אראפ. מ'קען עס ניצן פון פאסטא און פלייש ביז פאטעיטאס און טונא סעלעד.

נאך איינ'ס. פיינע ביעף האט טיפע טעם און איז פיין פעטיג. ווער רעדט נאך פון מארך ביינער. אבער א יעדער האט דאך עפעס א פרומע שוואגער וואס קומט אמאל אויף שבת, און פארשטייט זיך ער עסט נאר עוף. בעצם זאל ער גיין עסן טשולענט ערגעץ אנדערש, אבער ס'גייט נישט אזוי פשוט, וויל מען אויף קומען ווי אזוי ממלא מקום זיין די פיינע טעם פון ביעף. פאר דעם קען מען אריין רוקן ביעף פאודער. אוסם האט א גאנץ א גוטע ביעף סופ מיקס וואס איז זייער גוט פאר דעם, אבער מ'דארף אינזין האבן אז די סופ מיקס קומט מיט נאך ספייסעס וואס קענען יעצט געדאפלט ווערען, למשל אניאן פלעיוואר, דארף מען זעהן אקעגן דעם צו פארמינערן אניאן ספייס.

ס'שטייט טאקע אחד המרבה ואחד הממעיט, אבער אן קיין אויל קען מען קיין רעדער נישט שמירן. זאל גאט העלפן שלא יבוש המעיין און די אפעטיט זאל וואקסן. אז גאט וועט געבן אפעטיט וועט נאר ארויסקומען גוטס פאר יודען. ווי די פארצייטישע יודען זענען מסיים, מיייערן מיט צימעס און גוטע אידען וכו'...
 
לעצט רעדאגירט:
צוקער אין עסן איז ביהרג ואל יעבור, ס׳איז אזא שטארקע סטימיולעטור אז ס׳נעמט איבער די גאנצע מלוכה און מען שפירט מער גארנישט נאכדעים נאר די זיסקייט.

איך פארשטיי אז דער ערשטער לעפל פון א געציקערטער מאכל וועט טאקע זיין בעסער, אבער די צווייטע לעפל וועט שוין זיין טעם׳לאז, וויבאלד מען קען שוין נישט גיין העכער, האסט אויסגעגאסען די בונדלעך ווי מען זאגט אויף ענגליש.

משא״כ ביי סעיווארי און אפילו ספייסי, מיט א יעדע לעפל וואס מען עסט ווערט נתגלה א נייע אור.
(אבער האט איז אזויווי ציקער ס׳נעמט איבער די גאנצע מויל און מען ווערט נאמב)

וועגען דעם לייגט מען אוועק די זיסע זאכן פאר דעזערט.
 
אין די פיש לייגט איר נישט קיין ציקער?
 
כ׳לייג יא.
אבער ביזן טשולנט איז די זיסקייט שוין אויסגעוועפט.

מ'רעדט נישט פון ציקער אלס א מאכל אדער אפילו די זיסע טעם. מ'רעדט דא פון זיסקייט אלס א באלאנס. פונקט ווי זאלץ אדער פעפער איז דאס אן אונגרידיענט, וואס האט נישט קיין שייכות מיט די טעיסט דערפון.

יול בי סארפרייזד וויפיל צוקער די פאקסט אריין פאר דו קומסט נאך אן צו דיין דעסערט..ַ.
 
Back
Top