איך האלט סתם אזוי אז מען דארף אויסראטען די משוגעת פון טיפס, אז די ווילסט הייב דיינע פרייזען מיט צעהן פופצן צוואנציג פראצענט, אבער די גאנצע פענאמענע פון טיפס און fees איז א געפערליכע סקעם.
איך האב געדינגען א עירביענדבי וואס אחוץ די טעגליכע פרייז פון ארום $600 האב איך געהאט א סערוויס פי פון $500 און א קלינינג פי פון $450
מען דארף מבטל זיין דעי סקעם, אז די ווילסט הייב דיין פרייז מיט הונדרעט אדער צוויי הונדרעט דאלער א נאכט, טשארדזש מיך אבער נישט קיין טיפס און קיין פיס.
איי סעקנד, עגרי עגרי יעדע ווארט.
ס'איז מיר פון אלס קינד געווען מאדנע די גאנצע טיפינג געים.
איך זאג נישט ווען איך האב געארבעט אין א פלאץ ווי קליענטן האבן דירעקט פארדרייט א קאפ און אלס העפליכקייט און וויסן אז זיי זענען א עול האבן זיי געטיפט 5-20 דאלער, דאס מעג ווייטער זיין. אבער ס'איז נישט דא וואס צו רעדן, טיפינג איז א קולטור, און קולטור איז אנדערש ווי מ'איז. איך בין שוין געווען אין דייטשלאנד און כ'ווייס אין אנדערע פלעצער ווי יאפאן אדער טייפעי אז דו טיפסט דארט קענען זיי עס נעמען אלס אפענס אז זיי האבן אפשר נישט געטוהן א גוטע דזשאב, וואס טיפסטו? איך בין דיין שלעפער? ס'איז ממש רוד. כ'ווער דאך שיין באצאלט פאר א סיבה.
אבער אין די נארישע לאנד/לענדער קוקט מען אן א טיפ ווי "הכרת הטוב" אויף אזוי ווייט אז מ'צווינגט דיר גאר מכיר טוב צו זיין, און אויך וויפיל פראצענט מ'מוז... אמאל איז דא פלעצער ווי ס'איז נישט דא קיין קאסטום אפשן, דו מוזט טיפן 20% אדער פרעגט מען דיר אפילו נישט נאר דו ווערסט געוואר אין די טשעק... ס'איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ.
היינט פארשטיי איך די סקעם ס'איז דאך אלעס א תירוץ צו די American greed וויפיל געלט ס'איז דא דארף מען אלס פון דיר נאך, מ'האט יענעם פארפאקט און זאל יענער צושמעטערט ווערן איך דארף געלט. זאג איך צוריק נארן זאלסטו די גענז. ס'איז א טשויס און הענג דיך. אפגערעדט וויפיל צו געבן. אויף אובער'ס געב איך נישט רוב מאל, נאר אויב יענער איז ארויס פון זיין וועג אדער ממש כ'בין געווען אזוי צופרידן און באקוועם... אבער נארמאל? וואס עפעס? איך דארף דיר פעמפערן? דאס איז שטעל דיר פאר איך גיי צום דאקטער און יעדע'ס מאל מוז איך ארויסנעמען א צענער פאר זיין גוטע סערוויס, אפילו לאמיר זאגן ס'איז יא געקאווערט, אבער ס'איז די סטענדערט אז מ'גיט... פאק יו. מאכסט גענוג געלט און איך געב דיר נישט וואס קומט זיך נישט
אז ס'איז אן אימיגראנט וואס לעבט פון קעש איז שיין אז מ'גיט, אז איינער שלעפט ארויף דיינע פעקלעך אין די האטעל שוין, מ'קען עס הערן מ'קען אפשר זאגן א סברה צו ס'איז געשטעלט אלס סערוויס אדער ניין, די ביזנעס רעכנט אויף אסאך רייכע טוריסטן וואס וועלן געבן... אזוי ווי די קאסטקא דיבעיט צו ס'איז מענטשליך צוריקצוגעבן און זיי רעכענען אז מ'וועט לאזן וועט עס ברענגען מער ביזנעס...
אבער סתם פאר יעדע שטות? go where the black pepper grows