טאנצט אידעלעך (אויפמערקזאם - טונקל)

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
205
רעאקציע ראטע
1,626
פונקטן
213
א טאנץ א טאנץ
און נאך א טאנץ
די צרות טרעט זיי אן
א לאך א לאך
און נאך א לאך
פלאץ אויס ווי א באלון

געווארפן פון ישיבה נעכטן
א טאנץ דערויף א טאנץ
איך ווייס נישט וויאזוי צו פאררעכטן
א טאנץ און נאך א טאנץ

א יום הדין היינט ביי דעם דאקטאר
א טאנץ דערויף א טאנץ
א יאר צו צוויי בדיקות זאגט ער
א טאנץ און נאך א טאנץ

ס׳קוקט קיינער אין מיין זייט אינגאנצן
א טאנץ דערויף א טאנץ
קיין הענט אפילו וועם צו טאנצן
א טאנץ דערויף א טאנץ

בושות שמייסט נישט צום פארנעמען
א טאנץ דערויף א טאנץ
צו רעדן וועמען און צו וועמען
א טאנץ און נאך א טאנץ

טאנצן טאנצן און נאך טאנצן
צו אויף מוזיק צו געשריי
טאנצן טאנצן אן פינאנצן
פארשפארט צו אויף די פריי

טאנצן טאנצן און נאך טאנצן
מיט פיס צו מיט בלויז קאפ
טאנצן טאנצן אן קיין שאנסן
מיט א רעקל אן קיין קנאפ

אליינס אליינס נאך ווי ס׳אלץ זויער
א טאנץ דערויף א טאנץ
נישטא קיין האנט נישטא קיין אויער
א טאנץ דערויף א טאנץ

צוגעפיקסט אוי מיס גערעגט
א טאנץ דערויף א טאנץ
די צינג אינדרויסן אפגעפרעגט
א טאנץ דערויף א טאנץ

פלענער אלע אין דער ערד
א טאנץ דערויף א טאנץ
מיין וועלט קאפויער שטייט פארקערט
א טאנץ נאך ווי א טאנץ

נייעס ביטער ווי א גאל
א טאנץ מ׳שוועבט א טאנץ
געשטאנק אן עיפוש ווי די אפפאל
א טאנץ וועט זיין א טאנץ

טיפעט טיפעט און נאך טיפען
מיט כעס און מיט פארדרוס
טיפעט טיפעט זיך אויסכליפען
אן פארווען און אן פארוואס

טיפעט טיפעט און נאך טיפען
די רצפה האקט אים אן
פאטשן פאטשט זיך ברציפין
ס׳סייווי נישטא צו טון

די נאכט צו הארגעט ביז באגינען
ביז ס׳קרייט זיך שוין די האן
אינעם ליכט וואס שיינט אונז אן קיין זינען
כל זמן מען גייט נאך אן

טאנצן טאנצט מסטול אינגאנצן
ביים זינען שוין נישט לאנג
דאס פנים פלאמט ווי פאמעראנצן
צום גן עדן גייט א גאנג

טאנצט ווי שאטנס ווי סקעלעטן
ביי זאגט די ליבע וועלט
פארמאך די אויגן ווי ראלעטן
ביז הימלס פינסטער קעלט
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top