טאקער קארלסאן (און זיין הויכשטאקיג טפשות)

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
561
רעאקציע ראטע
3,358
טאקער קארלסאן האט נארוואס אפגעהאלטן א לעצטיגע אינטערוויו מיט פיערס מארגען (אין סאודי אראביע צופעליג), און מ'דארף נישט מער ווי דאס אויסהערן צו זען וואספארא טאקער מיט א 'פ' דער איז...

View: https://www.youtube.com/watch?v=fAOSY2xIcxc



איך קען נישט אריבערגיין ווארט ביי ווארט, אבער די טפשות רינט איבער פון אלע זייטן..

אין איין פלאץ ווייסט ער נישט וואס ally מיינט בכלל, ער לייקנט אז מדנ"י איז אמעריקעס ally, עס איז נאר בושות ווען א מינוט שפעטער זאגט ער אז 'אמעריקע האט ס"ה אן אליאנץ מיט מדנ"י' און פיערס ווי א קינדערגארטן רבי זאגט אים אז ally איז קורץ פאר alliance..

ער איז סתם א גריפטער..

ער גלייבט פוטין אויף יעדע ווארט און האט נאך טענות אויף פיערס פארן ליב האבן זעלענסקי.. מ'שטיינץ, זעלענסקי איז דאך אסאך ערגער ווי פוטין ווייל ער איז אויך נישט קיין 'דעמאקראטיע'.. און אין רוסלאנד האט יעדער ליב פוטין - מיט צו אן וואלן...

ער איז בלינד נישט צו זען זיין אייגענע דאבל-סטאנדארט וואס פיערס ברענגט אזוי שיין ארויס (אז צו מדנ"י מעג מען ביישטייערן וואס מ'וויל אבער פאר אקריינע איז עס 'סתם א קאנפליקט וואס האט נישט מיט אמעריקע'...)

ער כאפט זיך ארויף אויף פיערס אז ער איז אן אנטיסעמייט ווייל ער גלייכט נישט נתניהו.. כ'מיין איז ער טאקע טויב? האט ער נישט אויסגעהערט פיערס קיין איין מאל אין די לעצטע יאר צייט?

דאס אז אין ענגלאנד הערשט קאמוניזם ווייסט ער גוט, ווייל ער קען אליין אויסליינען א צעטל אז געוויסע סארט ספיטש איז פארבאטן אין ענגלאנד. אבער וואס דעפערמעישאן און אינסייטמענט איז האט ער נישט קיין בלאסן אהנונג, און דער האט נישט קיין השגה אז אפי' אין אמעריקע זיצט מען פאר אזעלכע זאכן...
(נישט אז ענגלאנד האט נישט אביסל שטרענגערע געזעצן, וד"ל)

טשורטשיל איז געווען די ווילען פון די צווייטע וועלט קריג - ווייל ענגלאנד איז יעצט א קאמוניסטישע לאנד.. מה קשר? ווייסט איין באשעפער..
און אמעריקע איז שלעכט פארן ווארפן אן אטאם באמבע ווייל מ'דארף פייטן היטלער/נאציזם נאר אזוי לאנג ווי מ'רירט נישט אן קיין איין ציווילע אויפן וועג... (אבער ער איז ח"ו נישט קיין אנטיסעמיט).

ענגלאנד דארף זיך ארויסלאזן אין א ציווילע קריג אנקעגן די קאמוניסטישע גאווערמענט (וואס טשורטשיל האט שוין אנגעווירטשאפט בשעת'ן אליאירן מיט סטאלין..) אבער ער מיינט זיכער נישט ווייעלענס, ווייל ציווילע זענען דאך וויכטיגער ווי אלעם - נאר ווען אים שמעקט זעט אויס...

אינטערנאציאנאלע געזעץ עקזיסטירט נישט ביי אים, נאר עטיקס.. גיי פארשטיי. דאס איז שוין נישט אריינצוגיין אין די עטיקס אליין וואס הייבן נישט אן צו מאכן קיין סענס, ס'איז נאר א גוטע וועג צו קענען דערמאנען די ווארט קריסטיעניטי נאך אפאר מאל.. און יא, דער איז משוגע לאותו דבר, יעדע זאך וואס האט מיט קריסטן און קריסטיעניטי זאלסטו דיך נישט דערוואגן צו בארעדן בפניו, אבער די מוסלעמענער זיי זענען די שלעכטע ווייל זיי ברענגען אונטער די הייליגע קריסטליכע וועליוס און שטערן אונזער קולטור...

גאנס און אמעריקע איז נישט קיין פראבלעם בכלל, ווייל אין ענגלאנד הרג'ט מען איינער די אנדערע מיט מעסערס.. איי די נומערן זענען הימל און ערד?! נו, וואס פארשטייט ער צו נומערן...
און דאס אמאל זיכער אז אנשטאט פארבאטן גאנס דארף מען תוך כדי דיבור פארבאטן SSRI'ס מיט נאך א ליסטע פון מרעין בישין.. ווייל מ'טאר נישט פארגעסן אז אין אמעריקע הערשט 'פרייהייט' (-צו הרג'נען איינער דעם אנדערן..)

בקיצור, דער מענטש פאראיבלט יעדן רעכט דענקיגער מענטש, און עס קומט זיך טאקע פעטש פאר פיערס פארן נישט גיין הארטער כלפי זיינע אלע ב.ס.
 
ווי ווייט ס׳זעהט מיר אויס אז ער ווייסט גאנץ גוט וואס טוט זיך און ער טוט עס דוקא צו באקומען די קליקס, והראיה ווען נישט ער רעדט אזוי משוגע עפענסטו נישט דעם אשכול.
 
ער איז בלינד נישט צו זען זיין אייגענע דאבל-סטאנדארט וואס פיערס ברענגט אזוי שיין ארויס (אז צו מדנ"י מעג מען ביישטייערן וואס מ'וויל אבער פאר אקריינע איז עס 'סתם א קאנפליקט וואס האט נישט מיט אמעריקע'...)

ער כאפט זיך ארויף אויף פיערס אז ער איז אן אנטיסעמייט ווייל ער גלייכט נישט נתניהו.. כ'מיין איז ער טאקע טויב? האט ער נישט אויסגעהערט פיערס קיין איין מאל אין די לעצטע יאר צייט?

ס'זעהט אויס פון זייער שמועס אז פיערס מארגען ווייסט פונקט אזוי נישט טאקערס שיטה ווען ס'קומט צו מדנ"י, ער לאזט עם דארט נישט אויסרעדן און אטאקירט עם נאכאנאנד אויף זיין שטיצע פאר מדנ"י, ווען אין פאקט איז טאקער בכלל נישט קיין גרויסע שטיצער פון די מדינה, און האט זיך שוין היפש אסאך געלאזט הערן קעגן די יעצטיגע מלחמה אין עזה.
 
ער איז בלינד נישט צו זען זיין אייגענע דאבל-סטאנדארט וואס פיערס ברענגט אזוי שיין ארויס (אז צו מדנ"י מעג מען ביישטייערן וואס מ'וויל אבער פאר אקריינע איז עס 'סתם א קאנפליקט וואס האט נישט מיט אמעריקע'...)
טאקער איז נישט קעגן באשטייערן אויך פאר מד"י?
 
ווי ווייט ס׳זעהט מיר אויס אז ער ווייסט גאנץ גוט וואס טוט זיך און ער טוט עס דוקא צו באקומען די קליקס, והראיה ווען נישט ער רעדט אזוי משוגע עפענסטו נישט דעם אשכול.
איך קריג זיך מיט דעם. טאקער האלט באמת וואס ער זאגט. ער איז 100 פראצענט אידעאלאגיש
 
ווער איז דער פיערס?
 
ווער איז דער פיערס?
Piers Morgan - א באקאנטע ענגלישע דזשערנאליסט, ער פלעגט ארבייטן פאר CNN און אין AGT, און נאך א צאל ענגלישע TV טשענעלס און צייטונגען.

לעצטנס איז ער אריבער צו זיין אייגענע יוטוב טשענעל ווי ער ארבייט אויף די אייגענע האנט. ער האט ליב ארויפצוברענגען בערך 4 מענטשן א טאג ווי זיי טענה'ן זיך אויס אויף דברים העומדים על הפרק. אמאל אמאל האט ער לענגערע אינטערוויוס מיט איין פערזענליכקייט.
ער האלט זיך א צענטריסט, און אויף אסאך אישוס קען מען אים לכאו' אזוי אנקוקן, מיט טראמפ האט ער א שטיקל פערזענליכע רילעישאנשיפ וממילא איז ער נאטורליך מער גענויגט צו אים.
 
עס איז נישט מעגליך אז ער זאל זיין 100 פראצענט איבערצייגט אין זיינע שטותים....
ווען גאר אסאך פון די זאכן וואס ער זאגט איז קענטיגע ליגנט.
 
ער איז נישט
ווער עס פאלגט אים נאך אביסל ווייסט ער איז קאנסיסטענט אין זיינע דעות. ער איז נישט די איינציגסטע וואס האלט אזוי און מען קען דעגרונטעווען פון ווי זיי קומען. אבער עס איז מער קאנוויענט אפצופטר'ן יענעם אלץ אטענשן זוכער און זיך מאכן א לייכט לעבן
 
עס איז נישט מעגליך אז ער זאל זיין 100 פראצענט איבערצייגט אין זיינע שטותים....
ווען גאר אסאך פון די זאכן וואס ער זאגט איז קענטיגע ליגנט.
ביסט Aware צו דעם אז 4 פראצענט פון אמעריקאנער גלייבן אז די ערד קוגל איז פלאך? אדער איינס פון פינף אמעריקאנער גלייבן אז די האלאקואסט איז א Myth? א מענטש קען זיין פעסט איבערגעצייגט אין אפענע ליגענטס. (בפרט אויב ער האט א רעליגיעזע מאטיוו)
 
לעצט רעדאגירט:
ווער עס פאלגט אים נאך אביסל ווייסט ער איז קאנסיסטענט אין זיינע דעות. ער איז נישט די איינציגסטע וואס האלט אזוי און מען קען דעגרונטעווען פון ווי זיי קומען. אבער עס איז מער קאנוויענט אפצופטר'ן יענעם אלץ אטענשן זוכער און זיך מאכן א לייכט לעבן
מיין לעבן איז מיר לייכט אפילו אויב טאקער מיינט עס ערנסט, איך האלט פערצופאל אז ער מיינט עס נישט ערנסט
Defamation suit produced trove of Tucker Carlson messages
 
לעצט רעדאגירט:
Carlson’s performance in the clip you just watched is the product of an extensive ideological evolution, rather than an off-the cuff remark made in the heat of the moment
👍
האסט עקסעס צו די פולע ארטיקל?

ניין, איך האלט נישט ביים ווערן א סובסקרייבער און באצאלן.
 
Back
Top