אטאקע אױף ארטאדאקסישע שוהל אין צפון מאנטשעסטער - 2 טױט, 3 פארװוּנדעט

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,311
רעאקציע ראטע
3,919
פונקטן
443
צװײ מענטשן, א איד און א סעקיורטי גארד זענען ערמארדעט געװארן און 3 אנדערע זענען אין שפיטאל מיט ערנסטע װאונדן, זאגט די פאליצײ, נאך א קאר-רעממינג און א מעסער אטאקע אױף א יוּנײטעד סינאַגאָג שוהל, היטאָן פארק, אין צפון-מאנטשעסטער הײנט יו"כ צופרי.

95f23124-7e44-47c5-ae25-7a285d0b7d80.jpg.webp


די אטאקירער, דזשיהאַד אַל-שאַמי, א 35יעריגער בריטישע סיטיזען פון סירישע אפשטאם, איז געשאסן געװארן צום טױט דורך פאליצײ אפיצירן נאכװאס ער האט זיך אנטזאגט אראפצוװארפן זײן מעסער. דרײ אנדערע װערן געהאלטן אין קאָסטעדי.

דער אטאקירער האט כנראה געטראגן א געװיסע דעװײס אױף די לענדן בשעת די אטאקע, װאס האט אױסגעזעהן װי אַן אױפרײס דעװײס, אבער די פאליצײ האט קלארגעשטעלט אז דער דעװײס איז נישט געװען װײעבּל.

629086df-3236-4daf-b055-b365384e337f.png.webp

1759443970739.webp


פאליצײ האט באשטעטיגט אז ס'רעדט זיך פון א טעראריסטישע און אנטיסעמיטישע אטאקע אבער זײ פרובירן און ארבעטן אױף צו פארשטײן די גענױע מאטיװן אונטער די אטאקע.

טשיף ראַבײ אפרים מירװיס האט אין א פײסבּוק פאָוסט געשריבן אז די הײנטיגע אטאקע איז נישט נאר אַן איבערפאל אױף די אידישע קהילה נאר אַן אטאקע אױף די סאמע יסודות פון דער מענטשהײט און אױף די ערכים פון רחמנות.

17877921-a00f-4a66-b5b1-3aa3b51ca7d9.jpg.webp


ראבײ מירװיס האט אױכעט געזאגט אז ער האט גערעדט מיט די ראבײ פון היטאן שוהל, ראבײ דניאל װֿאָלקער.

מקור: ביביסי
 
לעצט רעדאגירט:
פאקטן װאס מען װײסט ביז אהער:

דער דרײװער האט ארײנגעפירט זײן קאר אין ריכטונג װי מענטשן זענען געשטאנען אדער געגאנגען, אינדרױסן פון די שוהל, אביסל נאך 9.30 אינדערפריה. דער דרײװער האט דערנאך אױסגעשטיגן און אָנגעהױבן שטעכן מענטשן מיט א מעסער.

די פאליצײ האט דערשױסן דעם פארשױן צום טױט װֿיטהין 7 מינוטן פון װען מען האט גערופן 999.

א באמבע דיספּאָזעל יוניט איז דיפּלױדט געװארן נאכװאס פארדעכטיגטע ארטיקלען זענען געזעהן געװארן אױף דער חשוד'ס לענדְן.

eed2fbb0-9fa5-11f0-928c-71dbb8619e94.webp


2 מענטשן אין זײערע דרײסיגער יארן און אײן פרױ אין אירע 60 יארן זענען ארעסטירט געװארן אין חַשַד אין האבן געהאלפן צוגרײטן און אױפהעצן דאס אױספירונג פון אַקטן פון טעראריזְם.

אײנע פון די געהארגעטע איז געװען א שוהל סעקיוריטי גאַרד.

דער קעניג טשארלס האט געזאגט אז ער און די קעניגן קאַמילע זענען טיף שאקירט און טרױעריג געװען צוהערן װעגן די אטאקע אין מאנטשעסטער. ספעציעל אין אזא באדײטְנדע טאג פאר די אידישע קהילה. "אונזערע מחשבות און תפילות זענען מיט די אלע װעלכע זענען אפעקטירט פון די הימלשרײענדע אינצידענט און מיר אַפרישיאײטן מורא'דיג די שנעלע עקשאָן פון די עמערדזשענסי סערװיסעס."

ed3b5fef-2089-4853-a395-856a2631f0cb.jpg.webp
 
לעצט רעדאגירט:
יישר כח פאר דיין באריכט!

און זאלן מיר אלע האבן א גמר חתימה טובה - א זיס לעכטיג יאר - א יאר מיט וואס ווייניגער אזעלכע געשיכטעס (אין אויסלאנד און געוויס אין ארץ ישראל..)

איין זאך האט מיר אייביג געוואונדערט איבער די 'סעקיורעטי גארדס' ביי די שולן (אן קיין גאנס אדער באשיץ מאטריאל), נעמליך, וואס פונקטליך איז זייערע ראלע - חוץ פון ווערן דער ערשטע גע'הרג'ט אין אן אטאקע, אדער אין בעסערן פאל צו זיין דער ערשטע צו אנטלויפן?!
 
אמת, די סעקיוריטי גארדס לײגן זיך ארײן די גרעסטע אין א סכנה. און דא דארף דערמאנט צוװערן צום גיטן די סי עס טי, װאס װיפיהל מענטשן לאכן אפ פון זײערע מאַטשאָו, אפטמאל פאראנױד און אָבּער-פראטעקטיװ עטיטוד שטעלט זיך װידער און װידער ארױס די געװאלדיגע ארבעט װאס זײ טועהן.

די דזשאב פון די סעקיוריטי גארדס איז צו באטראכטן די מענטשן װאס קומען אין שוהל דאװענען און זעהן צו זײ זענען סתם פלײנע מענטשן װאס קומען דאװענען אדער צו זײ זענען מענטשן מיט שלעכטע כװנות. רוב פון די סעקיוריטי גארדס טועהן דאס פאר פרנסה אדער זענען עקס-ארמי וכדומה. זײ האבן א גוטע שמעק אױף א מענטש נאך פונדערװײטנס. חוץ מזה, שטײען זײ דארטן יעדע װאך און פיהל מאל אױך אינמיטן די װאך (ביהײנד אונזער שוהל איז למשל דא א סקול װאס איז אקטיװ אגאנצע װאך, אלע שולע שעות), און במילא קענען זײ אױפ'ן פנים רוב פון די מתפללים פון די שוהל.

װי מער א שוהל האט א אָנלײן פרעזענץ, אזױ װי כמעט אױב נישט אלע יונײטעד סינאַגאָגס, אלעס מער איז זי אין א סכנה און אלס מער ברױך מען איר היטן.

די גארדס ארבעטן מיט א סיסטעם און זײ האבן אלע װאָלקי טאָלקיס. אײנער אדער צװײ שטײען בערך 25-50 מעטער אװעק פון די שוהל, אײנער אױף די זײט גאס פון די שוהל, א צװײטער אנטקעגן איבער, און זײ פאטראלירן די גאס אױב א חשודיגער װיעהקְל אדער א סוּספישעס מענטש אדער מענטשן דערנענטערן זיך פלוצלונג צו די זאנע פון די שוהל. אױב זעהען זײ עפעס, אַסוּמינג זײ האבן אפאר סעקונדעס צײט אזױ צוטוהן, קענען זײ גלײך װארענען די גארדס בײם מײן טױער\טיר, די װאס שטײען בײם ארײנגאנג צום צעמענטענעם גדר - װאס איז אגב פון ציגל, זײער פעסט און הױעך - פון די פראָנט יאַרד פון די שוהל, אז זײ זאלן פארקנאקן די טירן.

נאך אײנער אדער צװײ שטײען כאמור, אינדערױסן בײם ארײנגאנג צום גדר פון שוהל און באטראכטן דיך אָן מיט צען אױגן בעפאר זײ לאזן דיך ארײן. אמאל האבן זײ עמיצער זײ צוהעלפן אידענטיפיצירן מענטשן. די קאפל און די קאנפידענץ זאגט אסאך. דאך, איך בין שױן אפאר מאל אפגעשטעלט, װען איך בין געגאנגען באזוכן שוהלן אין געגנטער װאו איך גײ נישט געװענטליך, האבן זײ פארלאנגט צו װיסן אױב איך קען עמיצן אין די שוהל און געפרעגט שאלות צו טעסטן מײן אידישקײט.

א פינפטער שטײט אינעװענדיג בײם טיהר צום בנין און עפנט נאר די טיר אױב איז יענער אדורכגעלאזט געװארן בײם גדר (זײ האבן צען צו מער סיסיטיװי סקרינס אינעװײניג נעבן טיר, אזױ אז דער אינעװענדיגסטער קען זעהן װער ס'דערנענטערט זיך אָהן דארפן עפענען. אױך קען ער זעהן לכל ארבע הרוחות פון דעם שוהל).

אבער אין פראקטיס איז די אינעװענדיגסטע פון-בנין טיהר אָפן רוב צײט, כדי נישט צו פארשװערן דאס קומען און גײן, פאר מתפללים, אבער דער גארד בײם אינעװענדיגסטן טיהר איז געװענטליך דאס מערסטע עקספיריענסד און ער װעט אפט שטײן צוזאמען מיט א מתפלל\ים קבוע\ים װאס סײ יענער קען יעדעם אײנעם און סײ יענער טראגט אױך א װאלקי טאלקי מיט א אױער-פּיעס אגאנצן צײט צו קאמיוניקירן מיט יעדעם אײנעם, נעמליך אלע סעקיוריטי גארדס.

בקיצור, ס'איז נישט אזא לײכטע ארבעט. אמאל פלעגן די מתפללים, װאלונטירן, זיך אײנטײלן אין א ראָטע, איך פלעג צומאל שטײן א שעה-צװײ אבער װען די מצב איז געװארן אביסל ערנסטער, ספעציעל נאך אטאקעס און יעצט נאך די מלחמה אין ארץ ישראל, גיבט מען איבער די ארבעט פאר מער עקספיריענסד און פראפעשאָנעל סעקיוריטי גארדס.

ס'איז נעבעך טאקע א שאד אז מען דארף לעבן אין אזא פחד נאר גײענדיג צו שוהל אבער אין ארץ ישראל לעבן זײ אין א גרעסערע פחד... איך כשלעצמי, װען נישט װאס איך האב ליב די שוהל, די מענטשן אין איר און די אטמאספערע װאס א פראכטיגע שוהל גיבט צו צום דאװענען, װאלט איך געגאנגען אין א אָנמאַרקְד בײסמענט דאװענען אבי נישט צו דארפן זײן "פראטעקטעד" דורך די 'סיעסטי' אױף יעדן ריר. אבער װאס זאל מען טוהן, א גרױסע שײנע שוהל מיט א הױכן דאך, און א געהעריגע סיסטעם אין פלאץ איז אװדאי א טײל פון די אװעראָל זה אלי ואנװהו, נישט עפעס א זאך װי מען זאגט װאס מען דארף יעדן טאג דורכגײן סתם אלס ריטואל - אין ענגליש הײסט עס "אדורכגײן די מאָושְנְס". דהײנו, נישט װי אין די שטיבלעך אין ירושלים אדער די מנחה מעריב מנײנים אין ראדני, װאו מען קומט זיך פשוט "בּאַדאװענען" - א טובל ארײן און ארױס און מען איז א "געדאװענטער" פאר הײנט. װאס קומט נעקסט..? אה קידוש לבנה..

נײן, שעפעלע; נישט דאס איז אידישקײט.
 
איין זאך האט מיר אייביג געוואונדערט איבער די 'סעקיורעטי גארדס' ביי די שולן (אן קיין גאנס אדער באשיץ מאטריאל)
זײ האבן יא. זײ האבן געװענטליך בּוּלעט פרוּף װעסטס. איך װײס נישט װאס ס'איז געװען די פאל. מען רעדט דאך פון א מעסער דא.
 
יישר כח פאר דיין באריכט!

און זאלן מיר אלע האבן א גמר חתימה טובה - א זיס לעכטיג יאר - א יאר מיט וואס ווייניגער אזעלכע געשיכטעס (אין אויסלאנד און געוויס אין ארץ ישראל..)

איין זאך האט מיר אייביג געוואונדערט איבער די 'סעקיורעטי גארדס' ביי די שולן (אן קיין גאנס אדער באשיץ מאטריאל), נעמליך, וואס פונקטליך איז זייערע ראלע - חוץ פון ווערן דער ערשטע גע'הרג'ט אין אן אטאקע, אדער אין בעסערן פאל צו זיין דער ערשטע צו אנטלויפן?!
אין פלארידא האבן אלע סעקיוריטי ביי אידישע ערטער גאנס, אסאך האבן גרויסע לאנגע ביקסען
 
אויף איינער פון די קליפס זעהט מען דארט ווי דער פארוואונדערטע ליגט אויפן ערד מתבוססת בדמו און קיינער איז נישט מטפל מיט אים 😭😭😭
 
אינטערוויו: צוויי אידן זענען ליידער אומגעקומען אין א שרעקליכע שטעכעריי טעראר אטאקע פאענט פון א שוהל אין מאנטשעסטער Yiddish 24 | נייעס אינטערוויוס

הערט צו
0:38
1:08
10:20

און זאגט מיר וואס איז ראנג
 
דא זאגט ער לשבח, אפילו זיי גייען נישט מיט שטריימל און בעקיטשע אבער דאך פרומע אידן

איך קען נישט גלייבן קול מבשר לאזט ארויף די אויפגעקלערטע אפיקורסות
איך האב הנאה פון דיין פאזיטיווע בליק....

אבער איכסא איז א אנדערסטעיטמענט....
 
Back
Top