- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,775
הורדוס המלך
ווער איז דאס ?
הורדוס איז געווען דאס לעצטע קעניג ביי די אידן אין די תקופה פון בית שני ווי אויך איז ער געווען די ערשטע נישט אידישע (איד) קעניג.
די שייכות פון הורדוס מיט ת''ב אויסער די בנין בהמ''ק וואס ער האט געבויעט וואס חז''ל האבן מעיד געווען אויף איהם מי שלא ראה בנין הורדוס לא ראה בנין נאה מימיו (מס' ב''ב דף ד' און מס' סוכה דף נ''א)
הורדוס איז אויך געווען די ערשטע קעניג ביי די אידן ביי די התחלה פונעם חורבן ד.ה. אזוי. דער חורבן איז נישט געשעהן פון איין מינוט צום צווייטן וואס האט געפאקט א רגע א צודרייטן. נאר עס איז געווען א גרדואלע פראסעס וואס האט גענומען א שיינע פאר יאר (כמעט 130 יאר) ווי מיר וועלן באלד ציטירן.
פארוואס איז הורדוס בכלל געווארן קעניג, ער איז נישט געווען קיין מיטגליד אין די קעניגליכע פאמיליע ער האט נישט באלאנגט צו די בית חשמונאים וואס זענען געווען די קעניגן בתקופת בית שני.
בזמן הבית שני האט קודם פרס פארפיגט אויף א''י און געלאזט די אידישע קינדער ארויף גיין פון בבל קיין ירושלים כדי צו צוריק אויף בויען דאס ביהמ''ק וואס איז חרוב געווארן אפאר הונדערט יאר בעפאר. אבער זענען געבליבן פולקאמע בעה''ב אויף א''י דהיינו טעקסעס צוריק המדינה וכו'
ערגעץ ווי איז יון געקומען און אוועק גענומען א''י פון פרס און זיי זענען געווארן די געוועלטיגער אויף די געגענט און די א''י איינוואוינער פון א''י זענען אויטאמאטיש געווארן יונישע סיטיזענס.
די יוונים האבן שווערע אידישע פארבאטן געלייגט און נישט געלאזט די אידישע רעזידענטן לעבן אויף זייער אייגענע שטייגער, נישט געלאזט היטן קיין שבת, ברית מילה, ר''ח וכו' האט זיך מתתיהו הכהן צוזאם גענומען מיט א געמיינזאמער ציבור און מורד געווען אין די מלוכה פון יון. מיט א שטארקע סוקסעספולע אויפשטאנד האבן זיי מצליח געווען צוריק איבער צו נעמען א''י פון יון
און יענע תקופה בערך 3 דורות נאך מתתיהו האט זיך מלכות ישראל זיך אויף געשטעלט דורך די בית חשמונאים. עס האט פשוט גענומען א וויילע פון ווען מתתיהו האט אנגעהויבן דעם ווידערשטאנד ביז די מנוחה האט זיך אריינגעשטעלט אין פלאץ.
מתתיהו'ס קינדער זענען אלע געווארן מלוכה איינגעשטעלטע, זיין שמעון איז געווארן די שר הדת, און עצה געבער, יהונתן איז געווארן די שר פון די אינערליכע פאליטיק, און אויך ווי אזוי א''י זאל זיך ווייטער צו-שפרייטן (סטרעטאגיסט) און יהודה המכבי איז געווארן גענעראל (דא הצבא) אלע פון זיי זענען ל''ע אומגעקומען אויף די שלאכט פעלדער זיך שלאגענדיג מיט און צו האלטן א''י צווישען די אידן. אויסער שמעון איז אומגעקומען אין אן סאבאטאזש אקציע אונטערגעשטעלט דורך די יוונים.
שמעון מאיזה סיבה האט ווייטער ממשיך געווען מיט די מלוכה פון די חשמונאים. זיינע קינדער און קינד'ס קינדער זענען געווארן די קעניגן אויף די אידן דאון די ליין.
ביז אלכסנדר ינאי וואס איז געווען אן איר-איר אייניקעל פון מתתיהו (הראשון. מתתיהו, זיין זוהן שמעון, שמעון'ס זוהן, יוחנן הורקנוס, יוחונו'ס זוהן אלכסנדר ינאי)
ווען אלכסנדר ינאי איז אוועק האט זיין ווייב שלומציון המלכה איבער גענומען די מלוכה, עס איז דאן געווען א וועלדער חידוש אז ר' פרוי זאל ווערן קעניג אויף די אידן. (הגם עס איז נישט געווען דאס ערשטע מאל אז ר' פרוי זאל זיין די קעניגן איבער די אידן אבער אפיציעל איז עס נישט געווען. דאס לעצטע מאל וואס עס איז געווען, ווען מלכות יהודה און מלכות ישראל זענען געווען צוויי קעניגליכע אימפעריעס איז ביי מלכות ישראל א קורצע תקופה האט געקעניגט הילני המלכה אין מלכות ישראל מלוכה. ווי די גמ' ברענגט איר אראפ אין מס' סוכה.)
שלומציון המלכה איז געווען די שוועסטער פון שמעון בן שטח. שלומציון המלכה האט געהאט צוויי קינדער וואס זענען געווען קליינע קינדער ווען זייער פאטער איז אוועק. די חשבון איז געווען אז ווען זיי וועלן גרויס ווערן וועלן זיי איבער נעמען די מלוכה נאך וואס שלומציון וועט גיין פון די וועלט.
אלכסנדר ינאי איז געווען די כהן גדול אויכעט בשעת ער איז געווען קעניג, אזוי ווי שלומציון המלכה האט כהן גדול נישט געקענט ווערן האט זי געמאכט איר זוהן הורקנוס פאר די כהן גדול און דער צווייטער זוהן אסטרובילעס האט מען פשוט באזייטיגט פון די מלוכה דיינעסטי (משום סיבות שונות וואס די היסטאריע ערווענט. האפנטליך וועט מען דערצו צוריק קומען)
דא ביי די עפאכע קומט דער הורדוס אריין אין בילד. אבער כדי צו פארשטיין וויאזוי דארף מען קודם זעהן מי הוא זה ואיזה הוא.
הורדוס שטאמט פון אדום (היינט ירדן).
נאך שווערע צענדליגע יארן שלאכטן פון מתתיהו ביזן אייניקל יוחנן הורקנוס האט דער קעניג אנגעהויבן מאכן ארדענונג איז שטחים אין א''י און אין די שטחים וואס האבן באלאנגט פאר א''י בתקופת בית ראשון וואס איז במשך השנים געווארן איבער גענומען פון גוי'אישע פעלקער וואס האבן זיך אריין געזעצט דארט. איינע פון דיזע איז געווען אדום.
האט דאן אלכסנדר ינאי א זוהן פון יוחנן הורקנוס, זיי געגעבן צוויי אפשענס אדער זענען זיי זיך מגייר, אדער ווערן זיי פארטריבן. בלית ברירה האבן זיי אנגענומען אפשען 2 אנשטאט ווערן פארטריבן.
די אדומים האבן זיך זייער שיין איינגעגלידערט אין כלל ישראל און זיי זענען געווארן ממש א חלק פון זיי. דעפאר האט דאן אלכסנדר ינאי געהייערט א גאווערנער פאר די געגענטער ארום. אין אדום האט מען אויף גענומען א מענטש מיט'ן נאמען אנטיפטרוס פון די אריסטאקראטישע פאמיליעס אין אדום.
נאך וואס אלכסנדר ינאי און שלומציון המלכה זענען געשטארבן איז דער אנטיפטרוס געווארן דער הויפט יועץ (טשיף אפ סטעף לכאו') ביי יוחנן הורקנוס די זוהן פון אלכסנדר ינאי און שלומציון המלכה.
ווי פריער דערמאנט האט אלכסנדר ינאי און שלומציון המלכה געהאט צוויי קינדער יוחנן הורקנוס און אריסטובולוס. ווען אריסטאבולוס האט געזעהן אז ער ווערט באטראכט אלץ א דורכפאל האט ער אין די יארן וואס זיין מאמע שלומציון המלכה איז געווען נישט געזונט אנגעהויבן בונטעווען און זיך ארום נעמען מיט די העכערע געזעלשאפט פון ירושלים אז ווען דער צייט וועט קומען זאל ער נישט זיין אויסגעשפילט.
ווען שלומציון המלכה איז געשטארבן איז געווארן א מלחמה צווישן די צוויי ברידער אריסטובולוס און יוחנן. אריסטובולוס איז ארויס אנטקעגן זיין ברודער מיט מאכט און שטארקייט, און זיך באגעגענט אויפ'ן שלאַכט מיט זיין ברודער הורקנוס (ווי מען האט איהם גערופן אין קורצן) און צווישען זיך האבן זיי געמאכט א פאקט פארוואס זאל זיך אזויפיהל בלוט גיסען פאר שררה מיר וועלן זיך צוטיילן כהן איך קעניג די. והנה שלום.
אנטיפטרוס די גאווערנער פון אדום האט זיך צוגעשארט צו יוחנן הורקנוס און געהעצט אויף די פאקט וואס זיי האבן געשלאסן אויפן שלאכט פעלד איז נישט קיין פריינטשאפט. דער אריסטובולוס האט פון די אוועק גענומען די מלוכה קוק ווי אזוי עס איז געווען די אלע יארן פונעם עלטער זיידן מתתיהו ביז אהער קעניג און כה''ג גייען אינאיינעם וכו'. ער האט געמאכט א גוטע דזשאב אין די העצעריי און בהחלטה גמירה מען גייט קיין ירושלים און עס צוריק איינעמען די מלוכה.
הורקנוס און אנטיפטרוס זענען ארויף מיט א מיליטער באלאגערן ירושלים אנטוויקלען אהין און צוריק, ביז ווען די רומיים מיט זייער גענעראל פאמפאיוס האט מחליט געווען צו איינעמען ירושלים און שטעלן הורקנוס אלץ קעניג. אנטיפטרוס דער יושב ראש ביי הורקנוס איז איצטערט נתעלה לגדולה געווארן, איז ווער וועט זיין גאווערנער אין אדום? זיין זוהן הורדוס איז א געלונגענער קאנדידאט דערפאר. אבער נישט נאר אויף אדום נאר אויפן גאנצען גליל.
קרעדיט פנחס גלויבער: עס איז
זיינע חומר אראפגעשריבן.
המשך שפעטער

לעצט רעדאגירט: