טרעוול הילף - פליען, מיילעדזש, והמסתעף

חבקוק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
264
רעאקציע ראטע
2,253
פונקטן
423
איך זיך אינפארמאציע אויף די פראקטיצירונג פון skiplagging, מער ספעציפיש, וועלכע עירליינס אינפארסירן שטראפן דערויף און וואו איך קען טרעפן דעסטינאציעס מיט א סטאפ אין ניו יארק.

אמאל אין כולל זענען אלע ריסאורסעס געווען צו די האנט, היינט הער איך נאר תיכף נאכן בוקן ״וואלסט געקענט טון דאס און יענץ״, מען דארף עפענען א גמ״ח דערפאר פאר די אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה זאלן אויך אמאל קענען א פאר טון פאר ביליג.

איינער האט עפעס גוטע מראי מקומות אדורכצוטון די זאך?
 
איז אזוי, כ'שטעל מיך פאר אז דו ביסט שוין באקאנט מיט skiplagging.com. זיי קענען דיך צושטעלן אזוינע טיקעטס. זיי זענען אבער נישט די בעסטע. אויב האסטו די צייט קענסטו אליינס אויפזיכן אזוינע טיקעטס. ס'איז דא א מהלך אינעם אבער כ'האב נישט קיין צייט יעצט אריינגיין אין דעם.

וואס דארפסטו דיך וואטשען פון?
1. מאך זיכער אז די פלייט וואס דו סקיפסט איז די לעצטע פון דיין טיקעט, און ווי אויך אז ס'האט נישט קיין ריטורן.
2. האב א צווייטע ריטורן טיקעט פון די פיינעל דעסטינשעין וואס האט פרי קענסעלעישן. טיילמאל קען מען דיך בעטן פאר עס. (בעיקר spirit אויב ס'איז דא א פלייט קענסעלעישן)
3. מאך זיכער אז די סטאפ ווי דו גייסט אראפגיין איז א לאנגע. פארוואס? אויב ווילן זיי דיך אריבער לייגן אויף א דירעקט פלייט זאלסטו קענען טענה'ן אז דו מוזט זיין ____ פאר _ שעות.
4. מאך זיכער אז דיין רענצל קומט ארויס ביי די סטאפ. קענסט געבן די זעלבע סיבה ווי נאמבערס 3.

וואס איז די ריסק? די עירליין קען דיך בלעקליסטןַ דאס הייסט אז דו וועסט נישט קענען קויפן קיין טיקעטס מער ביי זיי. ס'געשעהט נישט קיין סאך, סאו אויב דו טוסט עס נישט קיין סאך וועט עס לכאורה נישט געשעהן. (זיי וועלן טראכטן אז דו האסט געמיסט די פלייט.)
 
פרעג דיין חבר וואס קען זיך אויס מיט קרעדיט קארדס, פוינטס, קאר רענטאל׳ס, טריפל A, פרייע סעל פאון סערוויס און די חילוק צווישן קרויס און סענדערס היטן😂
 
איך פלאן צו פליען די וואך פון כא אדר קיין אייראפע. איך וואלט אפשר זיך געוואלט אריבערכאפן קיין ליזענסק אויף שבת. וואלט געווען כדאי צו כאפן א פליגער פון מיין דעסטינאציע קיין פוילן און צוריק און דערנאך אהיים. אדער נישט?

איך בין נישט קיין אפטע פליער.
 
איך זיך אינפארמאציע אויף די פראקטיצירונג פון skiplagging, מער ספעציפיש, וועלכע עירליינס אינפארסירן שטראפן דערויף און וואו איך קען טרעפן דעסטינאציעס מיט א סטאפ אין ניו יארק.
האסט געטראפן מער אינפארמאציע למעשה?
 
איך פלאן צו פליען די וואך פון כא אדר קיין אייראפע. איך וואלט אפשר זיך געוואלט אריבערכאפן קיין ליזענסק אויף שבת. וואלט געווען כדאי צו כאפן א פליגער פון מיין דעסטינאציע קיין פוילן און צוריק און דערנאך אהיים. אדער נישט?

איך בין נישט קיין אפטע פליער.
וואס איז די שאלה?
 
ווענט זיך ווי און אייראפע די גייסט זיין אבער פון רוב פלעצער און אייראפע קענסטו טרעפן לאו קאוסט פלייטס קיין פוילן און צוריק
 
ס׳דא יעצט גוטע דיעלס מיט qantas עירליינס קיין ישראל, 37,000 פוינטס פאר א סטרעיט וועג מיט אל על
 
Back
Top