Trapped (סטאָק)

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
497
רעאקציע ראטע
1,830
אלס קינד האב איך געשטרעבט צו שאפן נחת מיינע עלטערן (איז עס דען א וואונדער? יעדע קינד האט א נטיה צו וועלן זיינע עלטערן זאלן אים ליב האבן, אבער אוודאי מיט די חינוך וואס אונז האבן באקומען איז עס הונדערט-פאכיג גרעסער. די טרויעריגע דשאוק: קינדער זענען א נחת מאשין און ווען די מאשין איז צובראכן ווארפט מען עס אוועק…

דאס איז זייער אמת געווען אין די קהילה פון וואו איך קום)

מיין טאטע זאל זיין צופרידן פון מיר איז געווען א goal וואס איך האב געווידמעט רוב פון מיינע קינדער יארן. איך האב אבער נישט געקענט זיך צושטעלן צו זיינע ערווארטונגען, און דאס האט אונז ביידע געשאפט אומענדליכע צער.

trigger warning.

מיין טאטע איז א פונקליכער ווען ס׳קומט צו סוף זמן קרי״ש

אדער סיי וועלכע מצוה איז ער זייער טיכטיג אין טוהן וואס מ׳דארף, ווידעראום איך, בין clumsy און אויך האב איך א פארביגע פאנטאזיע (ווי רוב שרייבער) ממילא פלעג איך זיך אסך פאר׳חלומ׳ען אלס קינד.

כאטש איך פלעג זיך צושטעלן דאס בעסטע וואס מעגליך, פלעג איך אבער אלעמאל פילן ווי א failure אין זיך ״צושטעלן״

כ׳האב געפילט inadequate - נישט גענוג, נישט קיין חילוק וויפיל אומערמידליכע כוחות איך האב אריינגעלייגט! ווייל I fell short פון וואס איך ״וואלט געדארפט״ זיין.

טערעפי האט אן אינטרעסאנטע סייד עפעקט (אוודאי איז דא צענדליגע סארטן טערעפי: talk therapy,
IFS, trauma healing וכו׳ - און יעדעס איינע האט אנדערע מעלות)

אבער אין אלגעמיין העלפט עס ברענגען awareness
research צייגט אונז אז דאס אליין איז א היילונג:

narrative coherence:

מאכן סענס פון אונזער עקספיריענס און בעסער פארשטיין פארוואס מיר האבן רעאגירט אין געוויסע אופנים, און וויאזוי אלס קינד האבן מיר זיך געמוזט פארמעסטן מיט געוויסע שוועריקייטן און דערפאר איז דאס געווען א גוטע coping skill פאר יענע מצב - דאס אליין העלפט אין רפואת הנפש. צו האבן מער מיטגעפיל מיט דיר אליין און זיך געבן compassion.


ווען איך בין געווארן aware אז אין מיין קאפ הער איך נאך יעצט אויך די שטרעגע קול פון מיין טאטע וואס פאדערט היתכן - אז כ׳האב ״נאך אלס נישט געטוהן וואס איך דארף״האט זיך געטוישט מיין גאנצע רילעישנשיפ וואס איך האב מיט זיך, און נאכמער האט עס טראנספארמירט מיין קשר וואס איך האב מיט מיינע קינדער.

ווייל זיין הארט מיט זיך, גיסט זיך אויך אריבער צו אונזערע קינדער! און אנדערע אויך.


ס׳איז מיר אבער א חידוש - מער פון אלעם - אז נאך צענדליגע יארן האב איך ערשט דעי וואך געכאפט, פארוואס נאך א גאנצן טאג ארבעט פיל איך כאילו כ׳האב גארנישט accomplished נאר ווייל ׳יענע געוויסע זאך׳ וואס כ׳האב געהאפט היינט צו טוהן היינט האבעך נאכנישט געטון…

ווייל ס׳חזר׳ט זיך איבער די exact same dynamic ווי אין מיינע קינדער יארן, וואס אפילו איך האב זיך אוועקגעגעבן פאר ״עבודת ה׳״ און ערליך געדאוונט און פלייסיג געלערנט בין איך נאך אלס נישט געווען גענוג - אויב איך האב נישט דערגרייכט די ערווארטונגען פון מיין טאט׳ן.

ממילא אין מיין קאפ פלעג איך אפילו אלס ערוואקסענע מענטש אוועקמאכן כסדר אלע גוטע זאכן וואס כ׳האב געטון, אז ״ס׳נאכנישט גענוג״, ווייל ס׳פעהלט יענע איין זאך וואס איך האב ״געדארפט טוהן״ (לויט וואס כ׳האב יענע טאג ערווארטעט פון זיך.)



איך בין נייגעריג אויב איינער קען רילעיטן.



די ברכה איז,
אז איינמאל איך האב זיך געכאפט די טיפערע סיבה פון דעם, איז עס שוין א האלבע רפואה - ווייל יעצט ווען איך ווייס די מקור, און איך פארשטיי פון וואו ס׳שטאמט, ווי אויך פארוואס איך בין כסדר אזוי הארב אויף זיך,
ממילא איז עס אסך גרינגער צו נעמען די מיטלען וואס העלפן rewire the brain מיט נייע געוואוינהייטן.



די מאדנע אויסדרוק:

It’s never too late to have a happy childhood

מיינט נישט אז דו קענסט צוריקגיין, אבער דו קענסט יעצט באהאנדלען די יונגע קינד אין דיר מיט זיידענע הענטשקעס און געבן די געדולד און פארשטאנד וואס האט אים געפעהלט.



(סך הכל, איך בין נאר אזוי לאנג משעובד צו די אלטע איבערלעבענישן, ביז איך ווער aware וואס גייט פאָר.
איינמאל איך זעה וואס ליגט אונטער דעם, און איך קען ארבעטן מיט די יסוד פון די issue אנשטאט צו זיכן א band-aid solution -
ווערט אסך גרינגער די רפואה
און איך פיל זיך מער נישט trapped אין מיין אמאליגע pattern)



דרך אגב:

איך האב ב״ה געהאט געטרייע עלטערן און כ׳האב נישט געכאפט קיין מכות רצח ווי מיינע קרובים און באקאנטע…



אבער אויב דיין לעבן האט ענטהאלטן מער טראומא,

איז וויכטיג און ס׳קען העלפן צו וויסן אז ס׳קען האבן א היפשע פארבינדונג מיט דיין געזונט (נישט נאר דיין מענטל העלט און טשעלענדשעס וואס מאכט זיך ביי מענטשן ווי למשל ענקזייעטי, ocd, עדיקשן וכדומה
וואס איז אפט א דירעקטע רעזאלטאט פון טראמאטישע איבערלעבענישן פון די קינדער יארן,



אבער אויך דיין פיזישע געזונט קען האבן תוצאות דערפון.
אויב דו ליידסט פון הויכע בלוט-דרוק אדער נידריגע בלוט דרוק, auto immune disease, אדער אנדערע שוועריקייטן, קען זיין אז ס׳האט א דירעקטע שיכות מיט דעם וואס דו האסט דורכגעלעבט אלס קינד. און האבן היילונג מיטלען פאר דיין אינערליכע קינד זיך צו באפרייען פון די קייטן פון די פארגאנגעהייט, קען אויך אויסלייזן דיין קערפער, זאל קענען אָפּאטעמען און זיך היילן!)


אויב דו ווילסט ״מעסטן״ דיין טראומא
איז דא פון די CDC א טעסט וואס מאכט א חשבון פון טראמאטישע עקספיריענסעס וואס מ׳האט געהאט אין אנפאנג פון לעבן,
און די שיכות וואס ס׳קען האבן מיט דיין געזונט צושטאנד,
ווי אויך מיט סאציאלע תוצאות אלס ערוואקסענער מענטש.

Personally,
I don’t believe it makes sense to try to measure trauma.

I believe we can all be effected differently, even if we go through the same events. Depending on how our nervous system is able to cope.

Also, how much emotional support we had as a child, that makes a big difference.



אבער אויב דו ווילסט אויסגעפינען מער, איבער די אויבנדערמאנטע טעסט, וועלכע מעסט

Adverse Childhood Experience קענסטו זעהן דא
 
לעצט רעדאגירט:
מיין טאטע איז א פונקליכער ווען ס׳קומט צו סוף זמן קרי״ש

אדער סיי וועלכע מצוה איז ער זייער טיכטיג אין טוהן וואס מ׳דארף, ווידעראום איך, ביןclumsy און אויך האב איך א פארביגע פאנטאזיע (ווי רוב שרייבער) ממילא פלעג זיךאסך פאר׳חלומ׳ען אלס קינד.
צו די פאר שורות קען איך גאר שטארק רעלעיטן
 
שכח @אנטוישטער יונגערמאן פאר שעירן!
כ'געדענק ווען כ'האב אנגעהויבן שעירן געפילן אויף ק"ש האבעך געמיינט אז כ'וועל באטראכט ווערן ווי דער משוגענער פון שטאט.
היינט איז עס ב"ה א כבוד צו מיטיילן געפילן און ווייזן אז מיר זענען הומען ביאינגס מיט שוואכקייטן ועכ"ז זעמער דא פאר זיך אליין צו לעבן בעסער מיט זיך!
 
שכח @אנטוישטער יונגערמאן פאר שעירן!
כ'געדענק ווען כ'האב אנגעהויבן שעירן געפילן אויף ק"ש האבעך געמיינט אז כ'וועל באטראכט ווערן ווי דער משוגענער פון שטאט.
היינט איז עס ב"ה א כבוד צו מיטיילן געפילן און ווייזן אז מיר זענען הומען ביאינגס מיט שוואכקייטן ועכ"ז זעמער דא פאר זיך אליין צו לעבן בעסער מיט זיך!
א דאנק פאר די חיזוק!
 
ס׳איז ווערד צוצולייגן, לעצטע וואך האב איך געשמועסט מיט מיין קאזין וואס האט אוועקגעמאכט אז ער האט נישט געהאט אזויפיל טראומא אין זיין לעבן (כאטש איך ווייס פאר א פאקט אז ס׳איז געווען גיהנים צו וואוינען אין זייער שטוב, די עלטערן האבן זיך נישט געקענט דורכקומען און די קינדער האבן געליטן פון אבנארמאלע שטרענגקייט פון די מאמע)

אבער ער האט זיך נעבעך איינגערעדט אז אויב ער קאמפּלעינט, איז ער גאר די פראבלעם.

סך הכל איז זייער וויכטיג צו געדענקען אז אפילו דו ביזט אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס זעהט אויס ״נארמאל״ קען נאך אלס דיין לעבן האבן פארשידענע טראמאטישע עקספיריענסעס (צו פראסקעס פון מלמד, bullying פון א צווייטע קינד אין כתה, אדער פון געשוויסטער) אדער אפילו מיטלעבן א פייער ביים שכן אדער הערן פון א באקאנטע וואס האט קענסער, אדער איינער האט זיך דערטרינקען ר״ל

אזויפיל גרויסע און אפילו רעלאטיוו ״קליינע״ טראומאס קען אימפּעקטן איינעם׳ס לעבן - בפרט ווען ס׳פאסירט אין די יונגע יארן - ווען דער מח האלט נאך אינמיטן זיך פארעמען (ס׳ווערט איינגעזאפט אסך מער און אויך איז א קינד אסך מער אומבאהאלפן זיך צו ספראווען מיט overwhelming געפילן!

די דעפינישן וואס כ׳האב לעצטנס געהערט וואס איז טראומא: ווען מ׳איז אין א מצב וואו דו פילסט הילפלאז און האסט פארלוירן האפענונג אז איינער קען העלפן. דאס איז א שאק צו די מח און נאכמער צו די nervous system. ס׳פילט threatening און די פאקט אז מ׳האט נישט קיינעם וואס זאל דיר פארשטיין און העלפן דורכגיין די שוועריקייטן אין יענע מצב דאס איז וואס לאזט א רושם פון טראומא

Make no mistake
ס׳נישט קיין חילוק אויב ס׳איז א ריזיגע איבערלעבעניש ווי א עקסידענט וואס מ׳קען רופן א
‘big T trauma’ דער אויב ס׳געווען א חבר וואס האט דיר אפט גע׳רודפ׳ט- וואס אפשר קוקט עס אויס ווי א
“little t trauma”

סך הכל פאר די זעהל פילט נישט קיין חילוק- ס׳ווערט נאך אלס אויפגעשאקלט - אפילו אויב א צווייטער האט ״גרעסערע צרות״

ווי די וועלט זאגט:
To a child the size of the trauma doesn’t matter

You can drown in an inch of water as much as u can drown in an ocean
 
שכח @אנטוישטער יונגערמאן פאר שעירן!
כ'געדענק ווען כ'האב אנגעהויבן שעירן געפילן אויף ק"ש האבעך געמיינט אז כ'וועל באטראכט ווערן ווי דער משוגענער פון שטאט.
היינט איז עס ב"ה א כבוד צו מיטיילן געפילן און ווייזן אז מיר זענען הומען ביאינגס מיט שוואכקייטן ועכ"ז זעמער דא פאר זיך אליין צו לעבן בעסער מיט זיך!
מיר איבעראשט עס יעדעס מאל ווי ווייט: ווען דו האסט קוראזש ארויסצוגעבן און מיטטיילן פון הארצן דיין אמת, געבסטו אויך קוראזש פאר אנדערע - ווי א רשות צעטל פאר זיי אויך צו זיין זיך אליין
 
Back
Top