טראמפ און די מיטל מזרח

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
84
רעאקציע ראטע
190
די נייע פארגעשלאגענע פייער אפשטעל אין עזה הערט מען אז עס קומט דורך די לחץ פון טראמפ.
איך בין אביסל אנטוישט פון דער "אוהב ישראל" און פון מיר אליין פאר זיך איינרעדן אז ער גייט לאזן אפווישן חמאס אינגאנצן.
די חידוש איז אז די אלע וואס האבן געפייערט און געועלט פאר טראמפ האבן פארגעסן ווי ער האט זיך אויסגעדריקט קעגן נתניהו/איזראעל גלייך נאך די זיבעטע אוקטובער.
לשון קדשו "אל העלל וויל ברעיק אוט אין די מידל איסט" האט ווארשיינליך געמיינט איזראעל
 
גאנץ עזה איז כאמאס ביי דיפאולט – אקטאבער 7 האט עס באשטעטיגט – און אויב כאמאס ווערט אראפגענומען, וועט עס זיך טוישן און פשוט אנרופן אנדערש מיט דער זעלבער טעראריסטישער אידעאלאגיע. דער איינציגער וועג צו פטור ווערן פון כאמאס איז צו לייזן דעם עזה פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל. עפעס ענדליך צו וואס היטלער האט אויף אונז געברענגט. ביסטו גרייט דערצו? איך גלייב אז די וועלט, און מדינת ישראל אליין, זענען נישט דערפאר גרייט.
 
סארי פאר מיין דיסלייק, איך קען פשוט נישט הערן אזעלכע זאכן גלייכגילטיגערהייט..

קודם, וויאזוי האט אקט 7 אויפגעוויזן אז 'אלעס' איז כאמאס? 3000 מיליטאנטן (אדער וואטעווער די פונקטליכע נומער איז) און אפי' די הונדערטע וואס האבן זיך מיטגעפרייט איז ווייט נישט גענוג אנצופלעקן א פאפולאציע פון 2 מיליאן. ובכלל מיין איך לגבי די פרייד דארט אז עס איז גארנישט אנדערש ווי ווען מדינת ישראל ברענגט צוריק טויטע טעראריסטן... נישט אז ציווילע איזרעיליס זענען טעראריסטן, נאר דאס איז שוין א נואנס וואס מיר האבן צוגעלייגט, און טאקע בן גביר מיט זיינע מענטשן טאנצן אויך לכאו' מיט יעדע טויטפאל אין עזה..

וואס פונקטליך האט היטלער אויפגעטון מיט זיין פלאן? אז ער איז דר'ערד און מיר זענען קאי וקיים? איז דאס וואס דו זוכסט?
אקעי, איך פארשטיי דו נוצט עס נאר אלס משל, דו מיינסט עכט וואס די תורה הייסט כלפי עמלק.
איז דאס אבער טאקע די איינציגסטע סאלושען?! גייט דעמאלס בכלל זיין 'שלום' דארט? גייט מדנ"י נאך בכלל זיין א לאנד אויפן וועלטליכן טיש? האט מען שוין פראבירט א מערב ברעג סטיל אקופאציע נאכאמאל? האט מען שוין פראבירט אנדערע לענדער צו טראגן דעם אחריות דארט?

בקיצור, איך פארדאם שטארק דיין געדאנק! מעגסט זיך פארשטייט זיך דינגען..
 
אנדערע לענדער זענען נישט אינטרעסירט אין עזה.
איך זאג נישט אז די סעלושן איז די היטלר מהלך.
אבער איך פערזענליך טראסט נישט קיין איין איינציגער פון די 2 מיליאן וואס וואוינען דארט.
 
סארי פאר מיין דיסלייק, איך קען פשוט נישט הערן אזעלכע זאכן גלייכגילטיגערהייט..

קודם, וויאזוי האט אקט 7 אויפגעוויזן אז 'אלעס' איז כאמאס? 3000 מיליטאנטן (אדער וואטעווער די פונקטליכע נומער איז) און אפי' די הונדערטע וואס האבן זיך מיטגעפרייט איז ווייט נישט גענוג אנצופלעקן א פאפולאציע פון 2 מיליאן. ובכלל מיין איך לגבי די פרייד דארט אז עס איז גארנישט אנדערש ווי ווען מדינת ישראל ברענגט צוריק טויטע טעראריסטן...
דו האלטס איז די פרייד אין די געסער פון עזה אוקטובר זיבן איז די זעלבע ווי ווען מדינת ישראל ברענגט צוריק טויטע טעראריסטן???
קוק נאכאמאל אויף די ווידאו ווי די רוצחים פראי אדם טאנצן ארום א צובליטיגטע נקיבה און נאכדעם זאג מיר צו עס איז א פארגלייך.
סארי אבער איי דיסעגרי!
 
סארי פאר מיין דיסלייק, איך קען פשוט נישט הערן אזעלכע זאכן גלייכגילטיגערהייט..

קודם, וויאזוי האט אקט 7 אויפגעוויזן אז 'אלעס' איז כאמאס? 3000 מיליטאנטן (אדער וואטעווער די פונקטליכע נומער איז) און אפי' די הונדערטע וואס האבן זיך מיטגעפרייט איז ווייט נישט גענוג אנצופלעקן א פאפולאציע פון 2 מיליאן. ובכלל מיין איך לגבי די פרייד דארט אז עס איז גארנישט אנדערש ווי ווען מדינת ישראל ברענגט צוריק טויטע טעראריסטן... נישט אז ציווילע איזרעיליס זענען טעראריסטן, נאר דאס איז שוין א נואנס וואס מיר האבן צוגעלייגט, און טאקע בן גביר מיט זיינע מענטשן טאנצן אויך לכאו' מיט יעדע טויטפאל אין עזה..

וואס פונקטליך האט היטלער אויפגעטון מיט זיין פלאן? אז ער איז דר'ערד און מיר זענען קאי וקיים? איז דאס וואס דו זוכסט?
אקעי, איך פארשטיי דו נוצט עס נאר אלס משל, דו מיינסט עכט וואס די תורה הייסט כלפי עמלק.
איז דאס אבער טאקע די איינציגסטע סאלושען?! גייט דעמאלס בכלל זיין 'שלום' דארט? גייט מדנ"י נאך בכלל זיין א לאנד אויפן וועלטליכן טיש? האט מען שוין פראבירט א מערב ברעג סטיל אקופאציע נאכאמאל? האט מען שוין פראבירט אנדערע לענדער צו טראגן דעם אחריות דארט?

בקיצור, איך פארדאם שטארק דיין געדאנק! מעגסט זיך פארשטייט זיך דינגען..
איך וועל ענטפערן על ראשון ראשון און על אחרון אחרון. צו גאנץ עזה איז כאמאס, עכ”פ רובא דרובא דארטן איז אויף זייער זייט זיי ווערן אזוי ערצויגן פון קליינווייז אן צו הארגענען א יעדן יוד, יעצט פונקט ווי אונז יודן ווערן ערצויגן צו יודישקייט ווי ווייט מען בלייבט דערין איז יעדער כפי דרגא דלי, אבער רובא דרובא בלייבט האלטן הלכות טהרות. די זעלבע דארט אין עזה פיינט האבן א יוד, איז זייער רעליגיע, זיי ווערן אזוי אויפגעצויגן, ליינען האסליכע ביכער, הערן האסליכע דרשות, און אזוי ווייטער. יעצט יא, יעדער וואס איז א טייל פון די עזה האספולע סאציאלע סיסטעם וואס איז מער ווייניגער איעדער איינער דארטן, טוט אין איינוועגס צו די אנדערע ביישטייערן צום העיט, דער שוסטער מיט צושטעלן שיך פאר די מיליטאנטען, און אזוי דער בעקער, שניידער, און מוטער וואס ציט אויף די קינדער אויף דעם וועג. און דער וואס איז אן אקטיווער, על פי דרך הטבע שטייט אויס צו ווערן עווענטואל א כאמאס PIJ מעמבער, אין אנדערע ווערטער, פונקט ווי יעדע איזראעלי איז א ציוני, אין איעדער אמעריקאנער אן אמעריקאנער, איז יעדע עזה בירגער א טעראר קאנטריביוטער. און דאס וואס כ’האב געשריבן איבער פיינעל סולושען, אבוויעסלי האב איך ארויסגעברענגט דאס פארקערטע, אז סאיז באמת נישט מעגליך אויף דערווייל עס דורך צופירען, און ווען יא איז עס באמת די ישועה,
 
לעצט רעדאגירט:
וואס פונקטליך האט היטלער אויפגעטון מיט זיין פלאן? אז ער איז דר'ערד און מיר זענען קאי וקיים?
כהאב גערעדט לי ציור עס וואלט אים יא געלונגען אינגאנצן

איז דאס וואס דו זוכסט?
איך פערזענליך זוך גארנישט, איך רעד אז מדינת ישראל זאל קענען אנגיין אן קיין מלחמות און טעראריסטישע אטאקעס יעדן שני וחמישי. קען און טאר עזה מער נישט עקזיסטירן זיי האבן נישט קיין זכות קיום.
 
לעצט רעדאגירט:
די נייע פארגעשלאגענע פייער אפשטעל אין עזה הערט מען אז עס קומט דורך די לחץ פון טראמפ.
איך בין אביסל אנטוישט פון דער "אוהב ישראל" און פון מיר אליין פאר זיך איינרעדן אז ער גייט לאזן אפווישן חמאס אינגאנצן.
די חידוש איז אז די אלע וואס האבן געפייערט און געועלט פאר טראמפ האבן פארגעסן ווי ער האט זיך אויסגעדריקט קעגן נתניהו/איזראעל גלייך נאך די זיבעטע אוקטובער.
לשון קדשו "אל העלל וויל ברעיק אוט אין די מידל איסט" האט ווארשיינליך געמיינט איזראעל
יעפ..
מיר פרייד דאס.
ווייל אולי וועלן די בלינדע שטיצער פון טראמפ, וועלעכע קומט פון בלינדע שטיצע צו נתניהו, זיך עפענען די אויגן און כאפן א גוטן פראסק!
 
יעפ..
מיר פרייד דאס.
ווייל אולי וועלן די בלינדע שטיצער פון טראמפ, וועלעכע קומט פון בלינדע שטיצע צו נתניהו, זיך עפענען די אויגן און כאפן א גוטן פראסק!
יא, ברוך השם.
וויפיל כ'האב נישט געוואלט טראמפ זאל געווינען, פריי איך מיך יעצט, אז דורך אים גייט בעז"ה זיין א דיעל. הלואי!
 
סארי פאר מיין דיסלייק, איך קען פשוט נישט הערן אזעלכע זאכן גלייכגילטיגערהייט..

קודם, וויאזוי האט אקט 7 אויפגעוויזן אז 'אלעס' איז כאמאס? 3000 מיליטאנטן (אדער וואטעווער די פונקטליכע נומער איז) און אפי' די הונדערטע וואס האבן זיך מיטגעפרייט איז ווייט נישט גענוג אנצופלעקן א פאפולאציע פון 2 מיליאן.
כאמאס איז די עלעקטעד גאווערמענט פון עזה, און זיי געניסן פון ברייטע שטיצע צווישן די פאלעסטינע מאסן ווי אלע פאולס צייגן, פאר א סיבה לאזט נישט מאכמוד אבאס דורכפירן פרישע וואלן.
ובכלל מיין איך לגבי די פרייד דארט אז עס איז גארנישט אנדערש ווי ווען מדינת ישראל ברענגט צוריק טויטע טעראריסטן... נישט אז ציווילע איזרעיליס זענען טעראריסטן, נאר דאס איז שוין א נואנס וואס מיר האבן צוגעלייגט, און טאקע בן גביר מיט זיינע מענטשן טאנצן אויך לכאו' מיט יעדע טויטפאל אין עזה..
ווואס דארף דאס צו מיינען, ווער געדענקט ווי די רוצחים ימ"ש האבן פאראדירט אויף די עזה גאסן די געשענדיטע גופים פון אידישע טעכטער, צו די געשרייען פון די עזה ציווילע, אפילו די גרעסטע עקסטרעמיסט אין מדנ"י וואלט נישט איינגעפאלן אזאנע רציחות!
 
יא, ברוך השם.
וויפיל כ'האב נישט געוואלט טראמפ זאל געווינען, פריי איך מיך יעצט, אז דורך אים גייט בעז"ה זיין א דיעל. הלואי!
יעצט קומט אריין די נייעס, אז ס'איז ב"ה דא א דיעל!
 
יעצט קומט אריין די נייעס, אז ס'איז ב"ה דא א דיעל!
עקזעקטלי
רצחו וגם ירשו
כבין זייער צובראכן
מדינת ישראל איז א דורכפאל. טראמפ איז א דורכפאל.
לאמיר זעהן ווי עס וועט זיך אויסקאכן מיט טראמפ'ן איך בין זיכער אז די וואס האבן געוועלט פאר אעם זענען אנטוישט.
 
טוהן וואס די זיידעס פון די לינקע האבן געטון.
מגייט שחט'ן אונטער די פארהאנג און באשטימען איין דיר יאסין צו ווארפן די שולד אויף יענעם און מסודר.

דא אויך אריינברענגען נאך אפאר דיוויזיעס און מגייט אויסרייניגן שטייטליך שטייטליך אזוי ג'בליה
 
דאס איז ווישפול טינקינג. די וועלט גייט עס נישט צולאזן. האסט עפעס מער זאכליך?
 
די וואס זענען אנטקעגן די דיעל, וואס איז זייער אלטערנאטיווע פלאן פאראויס?

די עכטע תירוץ איז אז די וואס זענען אנקעגן דעם דיעל (בעיקר די מער רעכטע) האבן נישט קיין אלטערנאטיווע פלאן, אבער זייער ארגומענט גייט אז אינעם מיטל מזרח דארף מען נישט קיין פלענער, מ'דארף נאר מאכט און סעקיוריטי..

אין א לעצטיגע טענה'ריי מיט א שטארק רעכטע האט ער מיר ארויסגעברענגט שטערקער דעם נקודה, און איך מוז זאגן איך בין געווארן אביסל איבערצייגט (הגם נישט אינגאנצן איבערגערעדט..).
די טענה גייט אז מ'דארף קאנטעינען די מצב און נאר פאקוסירן אויפן זיי אפשוואכן וואס מער, מיטן האפענונג איין טאג פאר א נס, אדער פאר אינטערווענציע פון א נייע פאלעסטינער פירערשאפט אדער פון אנדערע לענדער גאר. לויט ווי זיי זאגן האט זיך יעדע דיעל און יעדע קאנצעסיע נאר אויסגעלאזט מער קאטעסטראפיש און ערדער ווי פריער, משא"כ האלטן די זאך אויף low flame דאס ווערט מיט די צייט איגנארירט דורך די וועלט און דאס ארבייט די בעסטע פון א זיכערהייט פערספעקטיוו. הגם ריזיגע טעותים - א שטייגער ווי אקט 7 - קענען זיך פארשטייט זיך מאכן, אבער לויט זיי איז דאס נישט מער ווי א רעזולטאט פון נאכגעבן מער דורכאויס די יארן - נישט פון אנהאלטן די קאנפליקט חלק..

מיכאל אברהם איז יעצט אויך זייער בייז אויפן דיעל, ווי ער זאגט דארף מען איגנארירן די פאר יחידים - האסטעדזשעס - און פארן טובה און רואיגקייט פונעם לאנד אנגיין מיטן מלחמה עד חרמה..

וואו ער און מיר זענען זיכער איינשטומיג איז אז מיט בעסערע פאראויסשאצונג איז די גאנצע מלחמה מתחילה געווען א טעות לכאורה, טאקע וויבאלד די דריי צילן זענען לכתחילה נישט גרייכבאר, בפרט די אויסראטונג פון כאמאס, אזויווי עס שטעלט זיך ארויס דערווייל. מ'וואלט געדארפט גלייך מאכן עפעס א דיעל איבער אלע משכונות, און פארבעסערן פי כמה די סעקיוריטי. מ'וואלט דאן פארדינט אסאך מער לעבעדיגע משכונות, אסאך ווייניגער מיליטערישע קרבנות און עקאנאמישע כאאס, און בעיקר וואלט מען געבליבן מיט א שטארקע וועלטליכע רחמנות און גינסטיגע רעיטינג, וועלכע מ'וואלט געקענט נוצן אלס אויבערהאנט אין סיי וועלכע צוקונפטיגע דיעל מצד די וועלט..

והרבה יש לדון בדבר - זיכער אן די רעלעוואנטע אינטעליגענס אריינצורעדן..
 
דו פארשטייסט נישט וואס טראמפ וויל? די גאנצע וועלט זאל שמועסן אז ער האט דעליווערט א דיעל < יעדער זעהט אז מיט איהם רעכענט מען זיך, נישט קיין חיליק התוכן פון די אפמאך ,מיסיע פארפולקאמט!!!!!!!
 
די וואס זענען אנטקעגן די דיעל, וואס איז זייער אלטערנאטיווע פלאן פאראויס?

פון אייוועלט:
מדנ"י רייניגט אויס קאמפליטלי צפון עזה און דרום עזה, און בויעט דארטן אויף צוויי ריזיגע הומעניטארישע זאנעס.

דארנאך שטעלן זיי אויף שווער באוואכטע טשעק-פוינטס, און געבן ארויס א באפעהל פאר די גאנצע עזה באפעלקערונג צו גיין צו די צוויי זאנעס.

יעדער אהן אויסנאם וואס גייט דורך ווערט געסקרינט און אויסגעטשעקט צו מאכן זיכער אז זיי ברענגן נישט מיט זיך קיין שום געווער.

ווי נאר מען ענדיגט מיט דעם פראצעדור איז יעדער פארבליבן אינדערויסן פון די צוויי זאנעס בחזקת א כאמאס מעמבער און מען הארגעט זיי אויפן פלאץ.
 
מיכאל אברהם איז יעצט אויך זייער בייז אויפן דיעל, ווי ער זאגט דארף מען איגנארירן די פאר יחידים - האסטעדזשעס - און פארן טובה און רואיגקייט פונעם לאנד אנגיין מיטן מלחמה עד חרמה..
"במקרה הזה אני לגמרי עם בן גביר וסמוטריץ שמתנגדים בצדק. לצערי זה נראה די חסר סיכוי. יש כאן מאבק של רגש נגד שכל, וכפי שקורה בדרך כלל הימין-דתיים פועלים עם השכל והחילונים-שמאל מונעים מרגש. זו השלכה עצובה של הטענה שהמוסר צריך לבוא מהשכל ולא מהרגש, מה שחילונים ושמאלנים בד"כ לא מקבלים. אלו התוצאות"

ער זאגט גוט דער בחור. די לינקע אויפגעקלערטע וואס האלטן זיך ראצינאליסטיש שרייען "עכשיו עכשיו" " בכל מחיר" בריקעווען און שטויסען ווי קליינע קינדער וואס ווילן באקומען עפעס אן זיך רעכענען פאר א מינוט מיט די מציאות וואס איז מער קאמפליצירט פון קלישעיס און סלאגענס.
 
Back
Top