- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 443
- רעאקציע ראטע
- 2,824
מ'הערט אמאל א תרתי דסתרי'דיגן ווארט פון א צדיק, ווי אזוי מ'דארף טראכטן, ווען איינס פון די צוויי מוז זיין אמונות הכרחיות.
לדוגמא:
פארן עבירה אדער מצוה זאל מען נישט טראכטן בכלל פון השגחה פרטית. אבער נאכן מצוה אדער תשובה פון די עבירה דארף מען גלייבן אז ס'נישטא קיין כוחי ועוצם ידי, די אייבישטער האט אלעס געפלאנט פון פריער, אזוי האט געמוזט זיין. (הרבה ספרי חסידות)
ווען ס'קומט צו חסד דארף מען ניצן כפירה און טראכטן אויב איך העלף איהם נישט וועט איהם די אייבישטער נישט העלפן. (ר' אביגדור מיללער?)
גלייבן דארף מען אז משיח קומט היינט, פלאנען (און בויען) דארף מען פאר טויזנט יאהר. (ר' מאטל מוויזניץ)
אין איין טאש דארף מען האבן דעם בשבילי נברא העולם, אין די צווייטע טאש דעם אנכי עפר ואפר (הרה"ק מריזן) [אקעי, אפשר זענען טאקע ביידע אמת]
ויבואו המוסיפים ויוסיפו..