תשעה באב חצות, משיח ווערט געבוירן!

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
621
רעאקציע ראטע
2,718
מיינס אן ארטיקל פון ק"ש
יולי 22, 2018


די מדרש ברענגט אז תשעה באב נאך חצות ווערט משיח געבוירן. אסאך איז שוין געשריבן געווארן וואספארא געדאנק די מדרש וויל ארויסברענגן.

נאר אזוי קוקענדיג די שיינע קליפס וואס זענען ארום געפארן נעכטן פון תשעה באב ביינאכט ביים כותל המערבי ווי גרויס און קליין, אידן פון אלע קוק ווינקלן, זיצן אויף דער ערד און בענקן נאכן בית המקדש. זינגען בענקעדיגע ניגונים, און מיטאמאל זעהט מען דארט איינצעלנע מיטן אלטרא חסידישע לבוש, מוחה זיין, (כ'מיין עס נישט ארויסצוברענגן פון א נעגאטיווע ליכט ח"ו). איז מיר בייגעפאלן א געדאנק אין דעם משיח'ס געבורטס נאך חצות, פארוואס נישט פאר חצות, פארוואס נישט ווען מ'זיצט אויף דער ערד פארוויינט בשעת'ן קלאגן, אין מיטן דער ביטערניש גיט א שיין אויף דער אורו של משיח ווי א זון נאך א רעגן??

‏נאר זעהט אויס אז כדי צו קענען שפירן דעם ליכטיגקייט פון ימות המשיח ברויך זיין גוטמוטיגקייט, נארמאלקייט און נישט אראפגעלאזטקייט, פונעם ערד זיצן און קלאגן ביז משיח איז כרחוק מזרח ממערב.
‏אפילו ביי גלות מצרים זעהט מען אזוי, אז פון ווען משה רבינו איז געקומען צו די אידן מיט די בשורת הגאולה האט גענומען צייט ביז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן, די אידן זענען נישט ארויס פון גלות מצרים בין יום ובין לילה, ביי די צייט וואס די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן זענען זיי שוין נישט געווען פארקנעכטעוועט, זענען שוין געווען היפש פרייע מענטשן.

קען זיין אז היינט איז אויך אזוי, די אור של משיח קען נישט געבוירן ווערן פון די ערד געזיצעריי, פון טיפע קלאגענישן, ס'מוז קומען אין א צייט ווען מ'זיצט שוין נישט אויף דער ערד מער, מ'קלאגט שוין נישט אזוי שטארק, ס'שוין נאך חצות, ווען מ'מעג שוין טרייסטן, ווען מ'זאגט שוין נחם, מ'זאגט שוין תתקבל ביי קדיש שלם נאך שמונה עשרה, אנדערש ווי ביי שחרית אדער ביינאכט נאך די קינות. און די געדאנק האט מיך די שיינע סצענעס ביים כותל המערבי אריינגעגעבן, ווי מ'זעהט אזא שיינע ציבור אידן זיצן אלע אינאיינעם טאקע אויף דער ערד (ס'פארט תשעה באב ביינאכט) אין זינגען אינאיינעם די שיינע ניגונים פון תהילים וואס דערמאנט אינז פון ירושלים פון דאן פון די ביהמ"ק. און מיטאמאל קומען אן אפאר מוחים (אויך עהרליכע אידן) און פרובירן צו שטערן, טראכט איך צו מיר, צו פאר פופציג צו הונדערט יאר צוריק איז אזאנס געווען וואו אזויפיל אידן זאלן זיך צוזאם נעמען און זיצן אינאיינעם אין זינגען, וואלטן נאר געווען א פינף צען מוחים, ס'וואלט זיכער געווען אפאר הינדערט מוחים, און א חוץ מזה וואלט זיכער נישט געווען אזויפיל אידן דארט וואס זינגען אזוי שיין, נאר ענדערש אידן וואס זיצן און קלאגן מיט א ביטערנישט.

‏און ווי מער אינז זעען ענדערש די היינטיגע סטייל תשעה באב, אלץ מער און מער קען זיך אנקלעבן די אורו של משיח, למעשה איז שוין היינט אנדערש ווי אמאל מיט אסאך זאכן, היינט זענען שוין רוב אידן צוריק אין ארץ ישראל, ווי ארץ ישראל איז שוין צוריק אין אידישע בעלות, הערליך אויפגעבויעט, א הערליכע רייכע לאנד ווי מ'קען שוין זאגן ירושלים הבנייה מיט אלע מפרשים. די מעהרסטע תורה ווערט געלערנט אין ארץ ישראל. איה"נ ס'ווייט פון פערטיג, די ביהמ"ק איז נאכנישט אויפגעבויעט, די מלוכה איז נאך דערווייל נישטא, אויפן מקום המקדש איז דא א מוסעלמענישע תיפלה, וועגן דעם קלאגן מיר טאקע נאך, און בענקן זיך שטארק און האפן און דאווענען יעדן טאג כאטשיג דריי מאל צו ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים, אמן.
 
Back
Top