מ׳טרעפט אויך דעם געדאנק פון סמכות ע״י קבלת הרבים לגבי דיינים שאינם מומחים בסנהדרין כג. אז די רבנן זאגן פאר ר״מ לא כל הימנו שפוסל דיין שהמחוהו רבים עליהם ע״ש.
***
דער מאטעמאטיקער/קאמפּיוּטער סייענטיסט דר. משה קופל
טוהט דורך עפ״י מאטעמאטיקס אז הלכה איז א נאַנמאַדעלעבּל סעט. דאס באדייט אז ווען איך האב אַן
אָרדערד סעט, והיינו כעין א
מאַטעמאַטישע סיִקווענס, דאן אויב האב איך א פּעטערן דערין דאן איז דאס קאמפּיוּטעבּל און אז נישט איז דאס רענדאם. עס קען אבער זיין אז עס האט סיי חלקים וואס זענען קאמפּיוּטעבּל וועלכע האבן א פּעטערן און חלקים וואס זענען רענדאם (לדוגמא אז יעדעס דריטע עלעמענט איז אזוי-און-אזוי, משא״כ די איבעריגע זענען רענדאם). די ביידע סארטן זענען מאַדעלעבּל. אבער די פּעטערן וואס איך געב דאס גייט, עפ״י
אקאם׳ס רעיזאר, זיין די פשוט׳סטע פּעטערן וואס איז דא, וואס ״פשטות״ ווערט דעפינירט דא אלס דאס וואס קען ארויסגעשריבן ווערן די קורצסטע אין די שפראך פון די קאנטעקסט. ביי אַן אינפיניט סעט וואס ווי ווייטער איך גיי אין די עלעמענטס דערין, זעה איך אלס א שינוי אין די פּעטערן צו עפעס מער פשוט׳ער בב״ת, דאן איז דאס נאַנמאַדעלעבּל און אָטאַמאַמעס; הגם אז עס איז שייך אז מ׳זאל ארויסהאבן דעם סיסטעם עפ״י
אינטואישאן גרידא, וואס מ׳טוהט עטוואס פארמאליזירן חלקים דערפון (און די אינטואישאן איז חוזר חלילה על הפאראליזעישאן). און מענטשן און מוסד ההלכה זענען אטע די סארטן סיסטעמען. ודבר פשוט היא אז זייענדיג אז עס איז למעשה נישט גענצליך קאמפּיוּטעבּל אז עס גייען נולד ווערן חילוקי דעות בה וואס זענען נישט דעמאנסטרעטיוו לא לכאן ולא לכאן אויף די חלקים וואס ווערן פארמאליזירט; וידוע מש״כ הרמב״ן בהקדמתו למלחמות ה׳ שלו אז בהלכה איז נישט שייך קיין
דעמאנסטרעטיוו הוכחות. (עס האט א שייכות צו
גאָדעל׳ס טעארעמס וועלכע קען דאך סתם אזוי
האבן השלכות לגבי נפש האדם וטעאלאגיע.)
די מאדעל(…) זיינער קען געבן א הסבר צום געדאנק וואס דר. חנינא בן-מנחם און דר. בּעני ברוין ברענגען ארויס לגבי מוסד הפסק בהלכה כהיום.
עפי״ז איז ער מפרש די באקאנטע גמרא במנחות כט: אז משרע״ה האט נישט פארשטאנען די הלכות וואס ר״ע איז דורש מהתורה. והיינו, ווייל משרע״ה האט מקבל געווען די סיסטעם אינטואיטיוולי, בשעת במשך הדורות, ובפרט ע״י ר״ע האט מען פארמאליזירט צוביסלעך מער און מער פון אט די סיסטעם. עס איז דומה צו א מענטש וועלכער איז אלס קינדווייז אָן אלס אויפגעצויגן געווארן מיט א שפראך און דאס גערעדט, אבער וועט זיך מוטשענען צו פארשטיין די יסודות און לינגוויסטיק געזעצן דערפון אין א יוּניווערזיטעט, הגם ער קען די שפראך גאר גאר גוט און פליסיג.
און מיט דעם איז ער אויך מפרש די גמרא בתמורה טז. וביומא פ. אז דוקא עתניאל בן קנז האט אוועקגעשטעלט די הלכות שנשתכחו בימי אבלו של משה. והיינו, אז משה ויהושע זענען געווען די ערשטע דור מקבלי התורה וואס האט גע׳ארבעט ריין עפ״י אינטואישאן. און דאס ווערט אפגעשוואכט במשך הזמן. ולכן איז עתניאל בן קנז, וועלכער איז געווען די ערשטע שופט לאחר יהושע און איז געווען די צווייטע דור ממקבלי התורה, ער האט שוין אָנגעהויבן אביסל מייסד זיין און פארמאליזירן אט די סיסטעם, וועלכעס איז אַן ארבעט וואס גייט כסדר אָן בב״ת וכנ״ל. און אט דאס איז די געדאנק בב״ב יב: וואס דער חכם הפארמעלייזער איז עדיף פון דער נביא דער אינטואיטיוו מפרש. (הרב דוד כהן, ״הנזיר״, האט אויך
געשריבן ענליך.)
ער זאגט אויך אז מוסד ההלכה ארבעט אויך עפ״י עוואלושאן:
An evolutionary system includes three features: variation, replication, and differential survival. It consists of a wide variety of whatevers that reproduce such that some of those whatevers are better at surviving than others. Consider the most famous example of evolution: evolution of species. In the case of species, the whatevers are individual organisms (or, as some purists would have it, genes) which are classed into species. Variation takes place through random mutation; replication is sexual or asexual reproduction; and the survival of a species is a function of the ability of the organisms in that species to exploit the features of their environment long enough to reproduce
Halakhah fits easily into this evolutionary framework. In the case of Halakhah, the whatevers are Halakhic practices (and opinions); variation occurs when varying circumstances result in new practices; replication is the spread of a practice among different people; and survival of the practice is a function of its ability to take root in the consciousness of people who uphold Halakhah. Some practices simply fail to survive in the Halakhic marketplace
ער זאגט אז דאס איז ענליך צו דר. ריטשערד דאָקינס׳ס געדאנק פון ״מיעמס״, וועלכעס לויטעט אז קולטור איז צאמגעשטעלט פון געדאנקען, און עס ארבעט אויך עפ״י אַן עוואלושינערי פראצעס, וואו מיעמס וועלכע זענען בעסער אויסגעשטעלט איבערצולעבן אין זייער סביבה ווערן נשתרש וכו׳. דר. קופל שרייבט אז דאס איז די געדאנק פון דעם אז די הלכה דארף למעשה ״איבערלעבן״ אצל ההמון. וויבאלד די חלק האינטואישאן בתוך מוסד ההלכה הנ״ל, ליגט מער ביים
קאלעקטיוו ההמון וועלכע זענען
עוסק בעשיית ההלכה בפועל, ווי איידער ביי די פוסקים המחוקקים. ועיין ביבמות קב ע״ב ובמס׳ סופרים פי״ד הי״ח ״שאין הלכה נקבעת עד שיהא [שיקבע; גר״א] מנהג, וזה שאמרו מנהג מבטל הלכה מנהג ותיקין אבל מנהג שאין לו ראיה מן התורה אינו אלא
כטועה בשיקול הדעת״ ע״ש. און עס עוואַלווד צו אלס מער א נאַנמאַדעלעבּל סיסטעם הנ״ל, וואס אט דאס איז די מערסטע ״פיט״ צו סורווייוון און אָנגיין; אויב מ׳קען עס כסדר דעוועלאפּן עפ״י אט די כסדר׳דיגע טויש אין די קאמפּיוטעבּיליטי פון אירע סברות און פּעטערנס.
ער זאגט אז עס קומט אויס דערפון א סירקולאר געדאנק:
Thus a reciprocal relationship exists between the determination of a relevant population and the determination of Halakhic consensus: the consensus is defined by the practices of the relevant population, and the relevant population is defined by acceptance of the consensus Halakhah
(דאס דערמאנט פונעם באקאנטן
הגדרה פון דער פיזיקער דר. דזשאַן וויִלער לגבי רעלאטיוויטי אז ״ספּעיסטיים זאגט פאר מעטער ווי אזוי צו גיין, און מעטער זאגט פאר ספּעיסטיים ווי אזוי זיך צו בייגן״.)
ער גייט נאך ווייטער דערמיט מיט׳ן מגדיר זיין ״
אמונה״ אליביה. דאס איז ווייל פאר א מענטש צו זיין אָטאַנאמאס דארף ער זיין נאַנמאַדעלעבּל, והיינו אינצווישן זיין לגמרי סעט מיט א פּעטערן און סעט אידענטיטעט, און צופיהל בחירה וואס באדייט לגמרי רענדאמנעס; א דרך ממוצע. און דאס, כנ״ל, איז די געדאנק פון תורה והלכה. און זייענדיג אז עיקרי אמונה זענען מיוסד אויף תורה מן השמים, שכר ועונש, וגאולת משיח קען מען דאס רעפארמילירן דורך די מאדעל. והיינו, ״תורה מן השמים״ באדייט די אינטואיטיוו חלק בתוך ההלכה הנ״ל; ״שכר ועונש״ באדייט דאס אז דורכ׳ן דרך ההלכה איז מען דאך אין די אינצווישן נאַנמאַדעלעבּל סטעיט וואס אט דאס איז אָטאַנאַמי וחירות; און ״משיח״ איז אט דאס אז יהדות (און די וועלט) נעמט
מער און מער אָן די (דזשוּדעאָ) וועליוּס פון מוסד ההלכה און די אָטאַנאַמי דערפון.
***
ומענין לענין באותו ענין
זאגט דר. שירה ליבּעט במשנתו של דר. הערמאן כהן׳ס קריטיק נגד שפינאזע:
Cohen disagreed with the entire premise of Spinoza's method of reading the Bible. Spinoza wanted to say that we need to read the Bible based on the Bible itself, and to kind of cut off anything that comes afterwards, as taking away from our objective understanding of the text on its own terms. But Cohen really believed that this kind of approach cut off a major source of our access to truth
He really believed that we needed to understand how historical texts were received over time, and we needed to actually read the things that came afterwards, and how people interpreted the Bible in order to work out some of our understanding of what the Bible meant in its own context. He doesn't think we can just look at the words themselves or their meaning. He thinks that the history of thought tells us something true about the original text itself