קהילה חדשה
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 17, 2025
- מעסעדזשעס
- 12
- רעאקציע ראטע
- 115
- פונקטן
- 23
ווילקאמען ידידים!
מיר האלטן שוין ביי די דריטע שאלה: ״וואס זאל זיין אונזער ערשטער סטעפ״? אט זענען די תוצאות ווי עס האלט דערווייל:
לכאורה זענען אלע וויכטיג און געווינטשן. מיר האבן אנטהאלטן אן אפציע פאר לייוו מיטונגען (פארמען חבורות) - אנליין, אדער פיזיש (אפציע נומער 5 - זעה פרטים אינעם גוף השאלה); פאר אן ערשטער קערנדל פאר א קאמיטע (אפציע נומער 3 - זעה פרטים בגוף השאלה). און א פארעם פון א צייטונג (אפציע נומער איינס), בלשונו פון אן אימעיל שיקער: newsletters on steady basis.
מיר זענען זיך געווענדליך מונע פון קוקן די הערות דא אין קרעמל, מיר פראבירן זיך צו האלטן אוועק פון רעש, כדי מיר זאלן קענען האלטן די קאפ ריין צום פאקוס. נאר פון אן אויבנאויפיגער איבערבליק אין די הערות אויף אונזער ערשטער וואך דא, דאכט זיך אז אויך דא איז דא א נטיה פאר אן אנהייב דורך עפעס א פארעם פון א צייטונג. און דאס איז בהחלט א פראקטישער צוגאנג.
פאקטיש האבן מיר שוין געמאכט א שריט אריין אין דעם ריכטונג, אין פארעם פון א broadcast, און א bulletin. ביידע דערווייל פנימי. דער ערשטער איז מיועד פאר אינטעלעקטואלע אינטערהאלטונג, אקטואליזירט יעדער זינטאג, מיט דערווייל צוויי מדורים. דער לעצטער איז א הערליכער צום ציל בלעטל וואס דינט ווי א בית ועד לעניני תכלית. מיר ווארעמען אן די פלאטפארמע און שארפן אויס די סקילס, צוביסליך וועלן מיר ליידענען נאך איינעם און נאך איינעם, ביז ס׳פעדעם׳ט זיך רקמות ועצמות לויט איר געווינטשענעם ציל. פרטים יבואו.
אנדערע אפציעס וואס זענען לכאורה בכדי שיעשו, איז: א מאפע פאר א מאנטשאפט און תפקידים (אפציע נומער 2); קוועלער פאר ריסארסן (אפציע נומער 7); און אוועק שטעלן א פראטאקאל וקונטרס יסוד וואס איז כולל א פארגעשריבענער סטרוקטור פאר א פראפעשענל קאמיטע (אפציע נומער 4).
מיר האבן אנגעהויבן צוזאמענצעשטן א פראטאקאל, מיר האפן דער עולם וועט אונזער ערשטער דראפט אננעמען בברכה. בקרוב האפן מיר אויסצוצייכענען א מאפע פון תפקידים פארן עתיד.
וועגן א ליסטע פאר ניצליכע ריסארסן, וועט מוזן ווארטן, מיר האפן אריינצוטאנצן דערין בקרוב. מיר האבן ערהאלטן א אימעיל, ותשיאות חן חן לו. דער שרייבער האט זיך פארגעשטעלט, א נאמען וואס האט זיך שוין פון לאנג ערהאבן א חשוב׳ער רעפוטאציע בקרב מחנינו. שרייבט ער בתוך דבריו: ״איך האב גוטע פארבינדונגען אין דער אקאדעמישער און יידישיסטישער וועלט און איך ווייס אז מען קען שאפן געלט ווי אויך קולטורעלע שטיצע פאר אונזער צוועק״. טראץ וואס אונזער פאקוס איז א ברייטער אפענער גאלעריע פון פארשידענארטיגע קוועלער נישט געבינדן צו איין מין, איז זיין פארשלאג אנגענומען געווארן מיט דאנקבארקייט און וועט זיכער זיין איינע פון אונזערע ווענדפונקטן.