ריבי
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 2,403
- רעאקציע ראטע
- 4,723
- פונקטן
- 683
די בנש״ק׳ס ווערן ווי דו זאגסט גראד באטיטעלט מיט תוארים הרב הצדיק - ווען ער איז נישט א בר אוריין און בכלל נישט א צדיק - עס טוט רעפלעקטירען אז די זענעןגראדע וואלט איך געזאגט פארקערט. ביי די רבי׳שע ווי א דור שפעטער וואקסט די רעבישקייט מיט.
אזעלכע וואס זענען קוים געגאנגען מיט די בעסיק חסידי׳שע לבוש אלס אינגערמאן גייען זייערע אייניקלעך מיט שמונה עשרה בגדים פונעם בר מצוה.
איך זע עס אזוי ווי טיטלען, קינדער פון רבנים ווערן מיט זייער יתמות גלייך באטילט מיט די טיטלען וואס זייער טאטע האט שווער געארבעט אלע יארן צו ערייכן.
ענדליכע צדיקים ווי די אבות פון ווי זיי קומען, ממילא זענען זיי גרייט שוין זיך מלביש צוזיין מיט די רעבישע בגדים ,תיכף ווי ער גראדואירט פון די ווינדלעך,ממילא די גאנצע ענין ווערט א דבר זול וזלזול,
ביי די ספרדים איז נהוג אז זיי האבען ספעציעלע בגדים פאר א רב און א מנהיג לפי ערך התמנותו, גיט עס אן ערך און א שוויות פאר די בגדים כדוגמת בגדי כהונה לקדשו ולכהנו .