טויטע אינטערנעט טעאריע - א רעאליטעט

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
810
רעאקציע ראטע
4,019
די לעצטע פינף יאר דרייט זיך ארום די טויטע אינטערנעט טעאריע, דהיינו אז רוב אינטערנעט באשטייט נישט פון באניצערס און good faith, נאר איידער קארפערעישענס, באטס און AI, וואס דאס מאכט פון א מענטשליך געפירטער לעבעדיגער אינטערנעט צו א נשמה'לאזער טויטע קארפאראט ראבאטישער אינטערנעט.

יעצט איז מעטא (די פאטער פון פעיסבוק, אינסטעגראם און וואטסעפפּ) ארויסגעקומען קאנפארמירן אז זיי האבן באשאפן מיליאנען AI באטס וואס באשאפן אייגענע פראפיילס און פאוסטן קאנטענט כאחד מבני החבורה, וואס קאנפארמירט די טויטע אינטערנעט טעאריע.

איז צום האפן אז די AI שקצים פון מעטא זענען נאך נישט אנגעקומען דא אין קרעמל, חברה קרעמל לעבט!
 
גאר אינטרעסאנטע נייעס!

אבער אין תוך גענומען, למאי נפק"מ? איך קום עפעס ארויף אויפ'ן אינטערנעט צו אינטערעקטן מיט לעבעדיגע מענטשן? איך קום ע"פ רוב זוכן אינפארמאציע, ומאי לי לעבעדיגע אינטערנעט ומאי לי טויטע אינטערנעט, ווילאנג איך באקום ארויס מיינע הצטרכות, איז אדרבה! AI איז שנעלער און מער פארגעשריטן ווי די מענטשליכע מח (אין געוויסע הינזיכטן), אלזא וואס שטערט מיר אז איך באקום עס פון א באט? יבא הישועה מכל מקום!!

שטייצעך אז קרעמל איז א אויסנאם (אייוועלט ווייס איך שוין לאנג אז עס באשטייט בעיקר פון פארשידענע באטס און דוממים וואס קענען נאר געבן אינפארמאציע וואס מען לייגט אריין אין זיי....), און דא קום איך פארברענגען מיט גוטע פריינט.
 
Back
Top