טיפס - גיבט/באקומט איר טיפס?

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
766
רעאקציע ראטע
1,843
די ערשטע פאלעסי וואס די וואל-ריס קאמפיין פארשפרעכט.

הע'ריס זאגט בײ א ראלי אז זי וויל אראפנעמען טעקס פון טיפס.

דאס איז א נייע חידוש אין אמעריקאנע פאליטיק וואס טראמפ איז אויפגעקומען עטליכע וואכן צוריק.

ס'איז נישט קלאר פארוואס אז די וואל-רוס קאמפיין זוכסט צו נאכמאכן די טראמפ קאמפיין, קענען זיי עס נישט שוין יעצט נאכמאכן און אימפלימעטירן, זינט העריס איז אין די ווייסע הויז אינאיינעם מיט א פרעזידענט וועלכער איז סייוויסיי נישט גענוג אפעקטיוו צו פירן דאס לאנד לויט זיין אייגענע לאגיק.
 
איך האלט סתם אזוי אז מען דארף אויסראטען די משוגעת פון טיפס, אז די ווילסט הייב דיינע פרייזען מיט צעהן פופצן צוואנציג פראצענט, אבער די גאנצע פענאמענע פון טיפס און fees איז א געפערליכע סקעם.
איך האב געדינגען א עירביענדבי וואס אחוץ די טעגליכע פרייז פון ארום $600 האב איך געהאט א סערוויס פי פון $500 און א קלינינג פי פון $450
מען דארף מבטל זיין דעי סקעם, אז די ווילסט הייב דיין פרייז מיט הונדרעט אדער צוויי הונדרעט דאלער א נאכט, טשארדזש מיך אבער נישט קיין טיפס און קיין פיס.
 
טיפס איז גוט פאר אן ארבייטער וויבאלד און אסאך פעלער איז נישטא קיין שטייער דעראויף. ווענט זיך ווי סאך. יעצט מיטן עס אינגאנצען אראפ נעמען איז עס זייער גוט פאר ארבייטער.

אויב דארף מען עפעס מבטל זיין איז עס hidden fees בעיקר ביי טרעוועל, האטעלס, קאר, און סעלפאון סערוויס. עס קען צוקומען ממש א געוואלד מיט געלט צום ביל.
 
די ערשטע פאלעסי וואס די וואל-ריס קאמפיין פארשפרעכט.

הע'ריס זאגט בײ א ראלי אז זי וויל אראפנעמען טעקס פון טיפס.

דאס איז א נייע חידוש אין אמעריקאנע פאליטיק וואס טראמפ איז אויפגעקומען עטליכע וואכן צוריק.

ס'איז נישט קלאר פארוואס אז די וואל-רוס קאמפיין זוכסט צו נאכמאכן די טראמפ קאמפיין, קענען זיי עס נישט שוין יעצט נאכמאכן און אימפלימעטירן, זינט העריס איז אין די ווייסע הויז אינאיינעם מיט א פרעזידענט וועלכער איז סייוויסיי נישט גענוג אפעקטיוו צו פירן דאס לאנד לויט זיין אייגענע לאגיק.
סא ס'איז נישט קיין נייע חידוש אינגאנצן, זינט קאוויד איז טיפינג געווארן out of hand צוליב עטליכע סיבות און וויבאלד די דיינעמיק האט זיך געטוישט יעצט דארפן פילע ביזנעסער גוטע ארבעטער האבן זיי מער bargaining power האבן די ביזנעסער זיך באקלערט פארוואס דארף מיר אונז צאלן מער ווייל די ארבעטער ווילן א העכערונג, לאמיר עס אראפשטופן צום קאנסומער און יעצט שטיי מיר דא...

מ'האט שוין אסאך געדעקט און דעבאטירט אויף אלגעמיינע מידיא איבער טיפינג איך זעה אליינס צוויי פון סיענביסי מעגליך איז עס ביי פארטיזן, פונקט ווי די רייט האט טינק טענקס האט די לעפט אויך, ממה נפשך איז עס וואס די פאלק וויל זאל זי עס נאכזאגן בשם די מענטשן, ווי קומט פאר איינעם די קרעדיט אויב איז א עכטע פראבלעם וואס מענטשן באקלאגן זיך דערויף?

 
איך האלט סתם אזוי אז מען דארף אויסראטען די משוגעת פון טיפס, אז די ווילסט הייב דיינע פרייזען מיט צעהן פופצן צוואנציג פראצענט, אבער די גאנצע פענאמענע פון טיפס און fees איז א געפערליכע סקעם.
איך האב געדינגען א עירביענדבי וואס אחוץ די טעגליכע פרייז פון ארום $600 האב איך געהאט א סערוויס פי פון $500 און א קלינינג פי פון $450
מען דארף מבטל זיין דעי סקעם, אז די ווילסט הייב דיין פרייז מיט הונדרעט אדער צוויי הונדרעט דאלער א נאכט, טשארדזש מיך אבער נישט קיין טיפס און קיין פיס.
איי סעקנד, עגרי עגרי יעדע ווארט.

ס'איז מיר פון אלס קינד געווען מאדנע די גאנצע טיפינג געים.
איך זאג נישט ווען איך האב געארבעט אין א פלאץ ווי קליענטן האבן דירעקט פארדרייט א קאפ און אלס העפליכקייט און וויסן אז זיי זענען א עול האבן זיי געטיפט 5-20 דאלער, דאס מעג ווייטער זיין. אבער ס'איז נישט דא וואס צו רעדן, טיפינג איז א קולטור, און קולטור איז אנדערש ווי מ'איז. איך בין שוין געווען אין דייטשלאנד און כ'ווייס אין אנדערע פלעצער ווי יאפאן אדער טייפעי אז דו טיפסט דארט קענען זיי עס נעמען אלס אפענס אז זיי האבן אפשר נישט געטוהן א גוטע דזשאב, וואס טיפסטו? איך בין דיין שלעפער? ס'איז ממש רוד. כ'ווער דאך שיין באצאלט פאר א סיבה.

אבער אין די נארישע לאנד/לענדער קוקט מען אן א טיפ ווי "הכרת הטוב" אויף אזוי ווייט אז מ'צווינגט דיר גאר מכיר טוב צו זיין, און אויך וויפיל פראצענט מ'מוז... אמאל איז דא פלעצער ווי ס'איז נישט דא קיין קאסטום אפשן, דו מוזט טיפן 20% אדער פרעגט מען דיר אפילו נישט נאר דו ווערסט געוואר אין די טשעק... ס'איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ.

היינט פארשטיי איך די סקעם ס'איז דאך אלעס א תירוץ צו די American greed וויפיל געלט ס'איז דא דארף מען אלס פון דיר נאך, מ'האט יענעם פארפאקט און זאל יענער צושמעטערט ווערן איך דארף געלט. זאג איך צוריק נארן זאלסטו די גענז. ס'איז א טשויס און הענג דיך. אפגערעדט וויפיל צו געבן. אויף אובער'ס געב איך נישט רוב מאל, נאר אויב יענער איז ארויס פון זיין וועג אדער ממש כ'בין געווען אזוי צופרידן און באקוועם... אבער נארמאל? וואס עפעס? איך דארף דיר פעמפערן? דאס איז שטעל דיר פאר איך גיי צום דאקטער און יעדע'ס מאל מוז איך ארויסנעמען א צענער פאר זיין גוטע סערוויס, אפילו לאמיר זאגן ס'איז יא געקאווערט, אבער ס'איז די סטענדערט אז מ'גיט... פאק יו. מאכסט גענוג געלט און איך געב דיר נישט וואס קומט זיך נישט

אז ס'איז אן אימיגראנט וואס לעבט פון קעש איז שיין אז מ'גיט, אז איינער שלעפט ארויף דיינע פעקלעך אין די האטעל שוין, מ'קען עס הערן מ'קען אפשר זאגן א סברה צו ס'איז געשטעלט אלס סערוויס אדער ניין, די ביזנעס רעכנט אויף אסאך רייכע טוריסטן וואס וועלן געבן... אזוי ווי די קאסטקא דיבעיט צו ס'איז מענטשליך צוריקצוגעבן און זיי רעכענען אז מ'וועט לאזן וועט עס ברענגען מער ביזנעס...

אבער סתם פאר יעדע שטות? go where the black pepper grows
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב מיך לעצטענס איינגעפירט אז ווען מען בעט פאר א טיפ (א פאטאגרעפער, אין רעסטאראנטן א.א.וו.) אז איך זאג, "I am sorry, but I don't tip"

מען קען איינשפארן ימים מיט געלט אזוי.
 
איך האב מיך לעצטענס איינגעפירט אז ווען מען בעט פאר א טיפ (א פאטאגרעפער, אין רעסטאראנטן א.א.וו.) אז איך זאג, "I am sorry, but I don't tip"

מען קען איינשפארן ימים מיט געלט אזוי.
דהיינו, ס׳נישט אז איך וויל דיך נישט טיפן, ווייל באמת קומט דיך א טיפ און דוקא א גרויסע, נאר וואס? איך האב א שיטה אז איך טיפ נישט😂
איך הייב אן ניצען די עצה, איי לאוו איט, מען קען עס ניצען און אלע מינע וועגען, צדקה קאמפעינס, בעל תפילה שאפט, זיך אפשאקלען פון א פעיגער וכו׳
 
גוט גוט, כ'וועל עס טרייען אבער ס'וועט מעגליך נאר ארבעטן האלב צייט
 
Back
Top