UK רע*פ סקאנדאל

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
418
רעאקציע ראטע
2,025
עס איז מיר א גרויסע חידוש אז די פרשה איז נאך נישט געדעקט דא אין קרעמל. דאס איז לכאורה פון די גרעסטע, שוידערליכסטע סקאנדאלן וואס איך געדענק.

אין קורצן די פרשה:
די סקאנדאל איז איבער די באהאנדלונג פון סעקסואלע אטאקעס אויף מיידלעך, אין אסאך פעלער גאר אינגע מיידלעך, און בפרט איבער די סיסטעמישע פראבלעמען ביי דער קרימינאל-יוסטיץ-סיסטעם. די טענות נעמען אריין נידריגע פאראורטיילונג ראטעס, פאליציי פעלערן צו רעכטפארטיג אונטערזוכן באשולדיגונגען, און פארפעלן פון אריינגעבן באדייטענדע קלאגעס אנטקעגן די באשולדיגטע.

הויך-פראפיל פעלער, ווי גראמינג-גענג סקאנדאלן אין שטעט ווי ראדערהאם און ראטשדייל, האבן אויפגעדעקט די שווערע מיסהאנדלונג פון קינד-סעקסואלער עקספלויטאציע דורך אויטאריטעטן, וואס האבן אפטמאל איגנארירט אדער אראפגעשפילט די באשולדיגונגען פון די קרבנות און אין געוויסע פעלער, גאר באשולדיגט די געליטענע אלס די רודפים.

די פרשה גייט שוין צוריק העכער צוואנציג יאר, עס איז פריש געקומען צום אויבערפלאך אין טייל צוליב וואס אילאן מאסק האט אנגעדרייעט א קאשע.
 
עס איז מיר א גרויסע חידוש אז די פרשה איז נאך נישט געדעקט דא אין קרעמל. דאס איז לכאורה פון די גרעסטע, שוידערליכסטע סקאנדאלן וואס איך געדענק.

אין קורצן די פרשה:
די סקאנדאל איז איבער די באהאנדלונג פון סעקסואלע אטאקעס אויף מיידלעך, אין אסאך פעלער גאר אינגע מיידלעך, און בפרט איבער די סיסטעמישע פראבלעמען ביי דער קרימינאל-יוסטיץ-סיסטעם. די טענות נעמען אריין נידריגע פאראורטיילונג ראטעס, פאליציי פעלערן צו רעכטפארטיג אונטערזוכן באשולדיגונגען, און פארפעלן פון אריינגעבן באדייטענדע קלאגעס אנטקעגן די באשולדיגטע.

הויך-פראפיל פעלער, ווי גראמינג-גענג סקאנדאלן אין שטעט ווי ראדערהאם און ראטשדייל, האבן אויפגעדעקט די שווערע מיסהאנדלונג פון קינד-סעקסואלער עקספלויטאציע דורך אויטאריטעטן, וואס האבן אפטמאל איגנארירט אדער אראפגעשפילט די באשולדיגונגען פון די קרבנות און אין געוויסע פעלער, גאר באשולדיגט די געליטענע אלס די רודפים.

די פרשה גייט שוין צוריק העכער צוואנציג יאר, עס איז פריש געקומען צום אויבערפלאך אין טייל צוליב וואס אילאן מאסק האט אנגעדרייעט א קאשע.
 
די מעשה אין קורצן:

ס'געווען אין די צייט פון די 90' יארן ביז אין די 10' ווען עס איז אנגעגאנגען די שוידערליכע גראאמינג-גענג סקאנדאל, ווי גרופעס פון פאקיסטאנער (מוסלימ'ס) האבן האבן גע'רעיפ'ט בקביעות טויזענטער מיידלעך - בעיקר ווייסע מיידלעך.
פאליציי און לאקאלע אינסטאנצן האבן איגנארירט אסאך פון די וויקטימס וואס זענען געקומען פארציילן, וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין א מאסיווע סיסטעמאטישע קאווער-אפ, געטריבן בעיקר אלס מורא פון ווערן אנגעקוקט אלס ראסיסטן אויב זיי נעמען זיך איבער פאקיסטאנער..

טאמי ראבינסאן איז דער נאמען וואס גייט סינאנים מיט די מעשה, זיין קאזין איז געווען צווישן די מיידלעך, און ער איז לכבוד דעם געווען צווישן די וועלכע האבן געהאמערט און אנדעקט דעם מעשה.
ער האקט בכלל שוין יארן אנקעגן אימיגראציע אין איבער די סכנה פון די איסלאמישע פאפולאציע אין ענגלאנד, אין טייל האט ער ריכטיגע טענות, און אין טייל איז ער א פשוט'ע איסלאמאפאב ווי עס דארף צו זיין.

די מעשה איז געווארן אנדעקט און געדעקט ברייטערהייט דורך די טיים'ס מאגאזין מיט איבער 10 יאר צוריק (א מעין-סטריעם מידיע אויסגאבע), די רעגירונג האט טאקע געעפנט א גרויסע אינוועסטיגאציע וואו זיי האבן ארויסגעלייגט א חלק פון די ציפערן און געוויסע רעקאמענדאציעס צו פארמיידן אזעלכע זאכן פון פארסירן בעתיד.
דאס איז אלס געווען אונטער די רעכטע-קאנסערוואטיווע רעגירונג וואס איז געווארן ארויסגעוועלט נאר דעם יאר נאך 14 יאר אין מאכט.

שוין זינט די אויספארשונג האבן זיך געלאזט הערן אסאך קריטיקס דערויף, סיי ווייל עס איז נישט אריין לעומק, עס האט נאר געדעקט א קליין טייל פון די וויקטימס און מעשיות, ווי אויך האט עס נישט געפירט צו סיי וועלכע שטראפן פאר די קאווער-אפ קאמפיין/סקאנדאל, ובכלל האט עס נישט פאקוסירט דוקא אויף די (פאקיסטאנער) מעשיות. די קריטיקער האבן גע'טענה'ט אז מ'דארף א ברייטערע און טיפערע אויספארשונג וואס זאל זיך אפגעבן נאר מיט דען אליין און דערגיין די גאנצע אמת - וואס ווי זיי זאגן נעמט פאטענציאל אריין 50 טאונס אין ענגלאנד און צענדליגע טויזענטער מעשיות.. זייער קול איז אבער נישט געהערט געווארן.

אין א צווייטע נאוט, איז דער טאמי ראבינסאן א קרימינאל סתם אזוי, ער איז איינגעזעצט געווארן אין טורמע פאר אנדערע עבירות (שוין אפאר מאל) אריינגערעכנט, צושלאגן א פאליציי אפיציר, ארויסלייגן א בלבול אויף א מענטש און נישט איינשטילן שוין נאך וואס א געריכט האט קלאר אויפגעוויזן יענעמס אומשולד און אים געהייסן פארמאכן דאס מויל, פראבירן זיך אריינצוכאפן קיין אמעריקע מיט פאלשע פארפירן - אויס מורא פון ווערן איינגעזעצט, און נאך. יעצט אויפן מינוט זיצט ער אין תפיסה, און דא האבן זיך די מוילמאכער פון איבערן ים צולאזט..

ירדן פיטערסאן איז איינער וואס איז געווארן איבערצייגט אין די ריכטיגקייט פון טאמי'ס פעולות, ער האט אים אינטערוויו'ט מער ווי איין מאל און ווי עס שיינט איז ער געווארן אפגעקויפט פון די שוידערליכע מעשים וואס ער האט געהערט איבער די 'לינקע' אינסטאנצן אין ענגלאנד, און דאס האט אים פארבלענדעט צו גיין פול-פארס פאר טאמי'ס וועגן..
עלאן מאסק האט דאך אויך א קליין קאפ ווען ס'קומט אנצודרייען א קאשע אין פרעמדע לענדער, און ויפתח ה' את פי... ער האט זיך פון איין מינוט אויפן צווייטן ארויסגעלאזט מיט מיאוס'ע אטאקעס אנקעגן א רייע ענגלישע הויכראנגיגע פיגורן - אריינגערעכנט דעם פריים מיניסטער וועמען ער האט 'פאראורטיילט' צו גיין זיצן, און די עקסטרעם-רעכטע נייגעל פאראדזש וועמען ער האט רעקאמענדירט צו רעזיגנירן פארן זיך נישט אננעמען פאר טאמי'נען (וואס ווי געשמועס'ט האט גוטע סיבות נישט צו ווערן פארטיידיגט אפי' דורך די עקסטרעם רעכטע פארטיי..)

טוויטער האט זיך אויפגעוועקט און די נושא איז ארויף אויפן טיש מיט א זעץ, אזש עס איז אגעקומען ביזן פארלימענט אליין. הגם מאנכע טענה'ן אז עלאן האט דאס בעיקר געטון אוועקצודרייען די פאקוס פון די H1B וויזאס וואו ער האט זיך דערזען אין הייס וואסער..

עס שיינט נישט ווי עס גייט עפעס ווערן דערפון, די ענגלישע רעגירונג וויל נישט ווידער ארויפברענגען אלטע מעשיות, און נאטורליך איז דא די טיילונג צווישן רעכטע - וועלכע ווילן אריינזומען וואס מער דערויף, און לינקע - וואס זוכן זיך נישט קיין איבעריגע צרות בפרט נאכן מער ווייניגער דעקן די נושא.
די רעכטע שרייען אז כזאת לא יעשה, מ'דארף דא גיין ביזן סוף און זען וואס די מוסלימס האבן דא אפגעטון, נייגעל פאראדזש אין אן אינטערוויו האט פארשפראכן צו עפענען אן אייגענע אויספארשונג דערויף אפי'. בעת וואס די לינקע צייכענען אן אז אונטער די קאנסערוואטיוו רעגירונג האט קיינער נישט עכט געקימער מער דערוועגן עס איז נישט מער ווי א ליילעך וואס זיי פראבירן יעצט ארויפציווארפן אויף די נייע לינקע רעגירונג, מה עוד, אז אין די ברייטע בילד איז די מעשה נישט ערגער ווי אנדערע מעשיות, אזעלכע זאכן פארסירן ליידער כסדר מיט ווייסע מיט שווארצע, מיט קריסטן און מיט מוסלעמענער, ואדרבה די נומערן צווישן די ווייסע פאפולאציע איז אסאך ערגער. און עס צו מאכן אן אישו איבער רעליגיע וכדו' איז זייער נישט יושר'דיג...


אט איז אן אינטערוויו ווי פיערס מארגען (א שטיקל צענטריסט) קאנפראנטירט דר. ירדן פיטערסאן דערוועגן:
View: https://www.youtube.com/watch?v=pKCB-MhBP7I
 
@אלפא די שאלה איז אוודאי צי דאס איז עפעס א געהיימע ארגאניזירטע קאנספיראציע מצד א גרופע מוסולמענער און זייערע מיטארבעטער, צו רעיפן ווי מער ווייסע מיידלעך, ענליך צו כאמאס אקציעס אין עזה אקטאבער 7, אדער אמווייניגסטנס א סארט זשעפרי עפסטין סטיל אונטערערדישע טרעפיקינג רינג וואס האט צוגעשטעלט פלייש לכל דורש ומבקש. אויב דאס איז די קעיס איז פארשטייט זיך נישט קיין חילוק צי די ציפערן זענען קלענער אדער גרעסער ווי אנדערע דעמאגראפיעס.

אויב אבער רעדט מען סתם פון עקסטערע אינצידענטן וואס האבן נישט קיין שום שייכות, איז דאס אין ליין מיט די אלגעמיינע אומגעהויערע רשעות און אכזריות וואס איז שטארק פארשפרייט אינעם רעכטן לאגער און טאקע מיט דעם פי האתון אילאן מאסק בראש, צו סינגלען אוט מיניאריטעטן און גרופעס וועמען זיי גלייכן נישט, מיט ממש רשעות'דיגע בלבולים וואס דערמאנט מיט וואס אידן האבן זיך געדארפט פארמעסטן פאר 2000 יאר.

בפרט טאקע ביי ענק אין ענגלאנד וואו נישט לאנג צוריק איז פארגעקומען מאסיווע ראיאטן, באזירט אויף ראסיסטישע העצעריי אויף סאשעל מידיא, ממש אויסגעזויגן פון פינגער. (א קארבאן קאפי פון די בלבולים, רומארס, בליץ שנעל פארשפרייט צווישן דעם המון עם, און נאכפאלגנדע פאגראמען אין אידישע שטעט).

ווען איך זעה פארשוינען ווי מאסק פאראדירן בראש פון אזאלכע סארט זאכן, גיבט עס אונז א לעבעדיגע שפיגל צו געשעענישן פונעם מיטל אלטער וואס מיר האבן זיך איינגערעדט אז די מענטשהייט שטייט שוין בעסער ווי דאס
 
@אלפא די שאלה איז אוודאי צי דאס איז עפעס א געהיימע ארגאניזירטע קאנספיראציע מצד א גרופע מוסולמענער און זייערע מיטארבעטער, צו רעיפן ווי מער ווייסע מיידלעך, ענליך צו כאמאס אקציעס אין עזה אקטאבער 7, אדער אמווייניגסטנס א סארט זשעפרי עפסטין סטיל אונטערערדישע טרעפיקינג רינג וואס האט צוגעשטעלט פלייש לכל דורש ומבקש. אויב דאס איז די קעיס איז פארשטייט זיך נישט קיין חילוק צי די ציפערן זענען קלענער אדער גרעסער ווי אנדערע דעמאגראפיעס.

אויב אבער רעדט מען סתם פון עקסטערע אינצידענטן וואס האבן נישט קיין שום שייכות, איז דאס אין ליין מיט די אלגעמיינע אומגעהויערע רשעות און אכזריות וואס איז שטארק פארשפרייט אינעם רעכטן לאגער און טאקע מיט דעם פי האתון אילאן מאסק בראש, צו סינגלען אוט מיניאריטעטן און גרופעס וועמען זיי גלייכן נישט, מיט ממש רשעות'דיגע בלבולים וואס דערמאנט מיט וואס אידן האבן זיך געדארפט פארמעסטן פאר 2000 יאר.

בפרט טאקע ביי ענק אין ענגלאנד וואו נישט לאנג צוריק איז פארגעקומען מאסיווע ראיאטן, באזירט אויף ראסיסטישע העצעריי אויף סאשעל מידיא, ממש אויסגעזויגן פון פינגער. (א קארבאן קאפי פון די בלבולים, רומארס, בליץ שנעל פארשפרייט צווישן דעם המון עם, און נאכפאלגנדע פאגראמען אין אידישע שטעט).

ווען איך זעה פארשוינען ווי מאסק פאראדירן בראש פון אזאלכע סארט זאכן, גיבט עס אונז א לעבעדיגע שפיגל צו געשעענישן פונעם מיטל אלטער וואס מיר האבן זיך איינגערעדט אז די מענטשהייט שטייט שוין בעסער ווי דאס

איך בין נישט אויסגעקאכט אין די פרטים..

עלאן מאסק האט נישט וואס צו מישן קיין קאשע בכל אופן...

בנוגע צו עס איז אן ארגאניזירטע סקאנדאל געוועזן אדער עקסטערע פעלער, ווי איך פארשטיי איז עס עפעס אינצווישן, די ארגומענט גייט אז זיי האבן עס אין זייער קולטור (און מעגליך רעליגיע) און זיי האבן זיך נישט גוט אסימילירט וכו' וואס מאכט זיי נאטורליך איין גרויסע גרופע (ענליך צו אונז - חרדים).. דאס האט געברענגט אז עקסטערע פעלער האט זיך פארשפרייט צווישן זיי און איז געווארן מער און מער פארשפרייט דארט..

טייטש עס אפ וויאזוי דיר שמעקט. (אדער גיי נאך די מער אקוראטע פאקטן).
 
(מענין לענין שטעל איך עס דא)
ליינטס דעם פייערדיגן מאמר פון סעם העריס איבער די קארופציע און משוגעתן וואס האבן באנומען עלאן מאסק:

"
I didn’t set out to become an enemy of the world’s richest man, but I seem to have managed it all the same. Until this moment, I’ve resisted describing my falling out with Elon Musk in much detail, but as the man’s cultural influence has metastasized—and he continues to spread lies about me on the social media platform that he owns (Twitter/X)—it seems only appropriate to set the record straight. I know that it annoys many in my audience to see me defend myself against attacks that they recognize to be spurious, but they might, nevertheless, find the details of what happened with Elon interesting.

Of all the remarkable people I’ve met, Elon is probably the most likely to remain a world-historical figure—despite his best efforts to become a clown. He is also the most likely to squander his ample opportunities to live a happy life, ruin his reputation and most important relationships, and produce lasting harm across the globe. None of this was obvious to me when we first met, and I have been quite amazed at Elon’s evolution, both as a man and as an avatar of chaos. The friend I remember did not seem to hunger for public attention. But his engagement with Twitter/X transformed him—to a degree seldom seen outside of Marvel movies or Greek mythology. If Elon is still the man I knew, I can only conclude that I never really knew him.

When we first met, Elon wasn’t especially rich or famous. In fact, I recall him teetering on the brink of bankruptcy around 2008, while risking the last of his previous fortune to make payroll at Tesla. At the time, he was living off loans from his friends Larry and Sergey. Once Elon became truly famous, and his personal wealth achieved escape velocity, I was among the first friends he called to discuss his growing security concerns. I put him in touch with Gavin de Becker, who provided his first bodyguards, and recommended other changes to his life. We also went shooting on at least two occasions with Scott Reitz, the finest firearms instructor I’ve ever met. It is an ugly irony that Elon’s repeated targeting of me on Twitter/X has increased my own security concerns. He understands this, of course, but does not seem to care.

So how did we fall out? Let this be a cautionary tale for any of Elon’s friends who might be tempted to tell the great man something he doesn’t want to hear:

1. When the SARS-CoV-2 virus first invaded our lives in March of 2020, Elon began tweeting in ways that I feared would harm his reputation. I also worried that his tweets might exacerbate the coming public-health emergency. Italy had already fallen off a cliff, and Elon shared the following opinion with his tens of millions of fans :

the coronavirus panic is dumb

As a concerned friend, I sent him a private text:

Hey, brother— I really think you need to walk back your coronavirus tweet. I know there’s a way to parse it that makes sense (“panic” is always dumb), but I fear that’s not the way most people are reading it. You have an enormous platform, and much of the world looks to you as an authority on all things technical. Coronavirus is a very big deal, and if we don’t get our act together, we’re going to look just like Italy very soon. If you want to turn some engineers loose on the problem, now would be a good time for a breakthrough in the production of ventilators...

2. Elon’s response was, I believe, the first discordant note ever struck in our friendship:

Sam, you of all people should not be concerned about this.

He included a link to a page on the CDC website, indicating that Covid was not even among the top 100 causes of death in the United States. This was a patently silly point to make in the first days of a pandemic.

We continued exchanging texts for at least two hours. If I hadn’t known that I was communicating with Elon Musk, I would have thought I was debating someone who lacked any understanding of basic scientific and mathematical concepts, like exponential curves.

3. Elon and I didn’t converge on a common view of epidemiology over the course of those two hours, but we hit upon a fun compromise: A wager. Elon bet me $1 million dollars (to be given to charity) against a bottle of fancy tequila ($1000) that we wouldn’t see as many as 35,000 cases of Covid in the United States (cases, not deaths). The terms of the bet reflected what was, in his estimation, the near certainty (1000 to 1) that he was right. Having already heard credible estimates that there could be 1 million deaths from Covid in the U.S. over the next 12-18 months (these estimates proved fairly accurate), I thought the terms of the bet ridiculous—and quite unfair to Elon. I offered to spot him two orders of magnitude: I was confident that we’d soon have 3.5 million cases of Covid in the U.S. Elon accused me of having lost my mind and insisted that we stick with a ceiling of 35,000.

4. We communicated sporadically by text over the next couple of weeks, while the number of reported cases grew. Ominously, Elon dismissed the next batch of data reported by the CDC as merely presumptive—while confirmed cases of Covid, on his account, remained elusive.

5. A few weeks later, when the CDC website finally reported 35,000 deaths from Covid in the U.S. and 600,000 cases, I sent Elon the following text:

Is (35,000 deaths + 600,000 cases) > 35,000 cases?

6. This text appears to have ended our friendship. Elon never responded, and it was not long before he began maligning me on Twitter for a variety of imaginary offenses. For my part, I eventually started complaining about the startling erosion of his integrity on my podcast, without providing any detail about what had transpired between us.

7. At the end of 2022, I abandoned Twitter/X altogether, having recognized the poisonous effect that it had on my life—but also, in large part, because of what I saw it doing to Elon. I’ve been away from the platform for over two years, and yet Elon still attacks me. Occasionally a friend will tell me that I’m trending there, and the reasons for this are never good. As recently as this week, Elon repeated a defamatory charge about my being a “hypocrite” for writing a book in defense of honesty and then encouraging people to lie to keep Donald Trump out of the White House. Not only have I never advocated lying to defeat Trump (despite what that misleading clip from the Triggernometry podcast might suggest to naive viewers), I’ve taken great pains to defend Trump from the most damaging lie ever told about him. Elon knows this, because we communicated about the offending clip when it first appeared on Twitter/X. However, he simply does not care that he is defaming a former friend to hundreds of millions of people—many of whom are mentally unstable. On this occasion, he even tagged the incoming president of the United States.

All of this remains socially and professionally awkward, because Elon and I still have many friends in common. Which suggests the terms of another another wager that I would happily make, if such a thing were possible—and I would accept 1000 to 1 odds in Elon’s favor:

I bet that anyone who knows us both knows that I am telling the truth.

Everyone close to Elon must recognize how unethical he has become, and yet they remain silent. Their complicity is understandable, but it is depressing all the same. These otherwise serious and compassionate people know that when Elon attacks private citizens on Twitter/X—falsely accusing them of crimes or corruption, celebrating their misfortunes—he is often causing tangible harm in their lives. It’s probably still true to say that social media “isn’t real life,” until thousands of lunatics learn your home address.

A final absurdity in my case, is that several of the controversial issues that Elon has hurled himself at of late—and even attacked me over—are ones we agree about. We seem to be in near total alignment on immigration and the problems at the southern border of the U.S. We also share the same concerns about what he calls “the woke mind virus.” And we fully agree about the manifest evil of the so-called “grooming-gangs scandal” in the U.K. The problem with Elon, is that he makes no effort to get his facts straight when discussing any of these topics, and he regularly promotes lies and conspiracy theories manufactured by known bad actors, at scale. (And if grooming were really one of his concerns, it’s strange that he couldn’t find anything wrong with Matt Gaetz.)

Elon and I even agree about the foundational importance of free speech. It’s just that his approach to safeguarding it—amplifying the influence of psychopaths and psychotics, while deplatforming real journalists and his own critics; or savaging the reputations of democratic leaders, while never saying a harsh word about the Chinese Communist Party—is not something I can support. The man claims to have principles, but he appears to have only moods and impulses.

Any dispassionate observer of Elon’s behavior on Twitter/X can see that there is something seriously wrong with his moral compass, if not his perception of reality. There is simply no excuse for a person with his talents, resources, and opportunities to create so much pointless noise. The callousness and narcissism conveyed by his antics should be impossible for his real friends to ignore—but they appear to keep silent, perhaps for fear of losing access to his orbit of influence.

Of course, none of this is to deny that the tens of thousands of brilliant engineers Elon employs are accomplishing extraordinary things. He really is the greatest entrepreneur of our generation. And because of the businesses he’s built, he will likely become the world’s first trillionaire—perhaps very soon. Since the election of Donald Trump in November, Elon’s wealth has grown by around $200 billion. That’s nearly $3 billion a day (and over $100 million an hour). Such astonishing access to resources gives Elon the chance—and many would argue the responsibility—to solve enormous problems in our world.

So why spend time spreading lies on X?
"
אויך עלעבארירט ער דערויף אין זיין לעצטיגע שמועס מיט ביל מאהער:

View: https://youtu.be/fES3Awi-bz0&t=4078s
 
ליינטס דעם פייערדיגן מאמר פון סעם העריס איבער די קארופציע און משוגעתן וואס האבן באנומען עלאן מאסק:

געבענדיג א שנעלע בליק אויף די טוויטס וואס עלאן האט ארויסגעשטעלט אנקעגן סעם העריס (אז ער איז א ליגנער, אן היפאקריט, מענטאלי קראנק, אא"וו), הא זיך מיר די האר אויפגעשטעלט פשוט פון איינזען וואס אן עקא טשעמבער באדייט.. די רעספאנסעס דארט צו עלאנ'ס טוויטס ציילן זיך מסתמא אין די מיליאנען און אלעס אן קיין אויסנאם זענען פון אזעלכע פייערדיגע חסידים וואס ווייסן נישט קיין ברעקל מער ווי נאכזאגן די זעלבע וואס דער רבי זאגט. זיי אלע שאקלען הייס צו מיט זייערע קעפ און פראבירן צוצולייגן זייער דבר חכמה וויאזוי זיי האבן אייביג געהאלטן אז סעם העריס איז קראנק אדער אז זיי שעמען זיך פארן האבן געמיינט ער איז נארמאל, און נאך אויף דעם גאנג.
עס האט מיר ממש אויפגעשוידערט צו קומען אין דיירעקטע באגעגעניש מיט א גאנצע וועלט וואס איז מיר גענצליך פרעמד..

די ערשטע מינוט האט עס מיר געמאכט טראכטן אז אפשר זאגט דאס גארנישט מער ווי דאס אז איך בין אויך אין אן עקא טשעמבער - פשוט אויף די פארקערטע זייט.
למעשה מיין איך אז קיינער וועט נישט הערן פון מיר זאגן אז עלאן איז 'אייביג געווען משוגע' וכדו' אדער מיטשאקלען בלינדערהייט מיט יעדע סטעיטמענט פון סעם העריס אדער סיי וועמען. אדרבה, איך מיין אז איך פראביר יא אויסצוהערן וואס עלאן זאגט, וואס רעכטע קאמענטעיטארס זאגן, וואס מאגא'איסטן טענה'ן, וואס טראמפ זאגט, און פארשטייט זיך אויך וואס לינקע זאגן, און נעמען אלעס אין קאלקולאציע ווען עס קומט אפצומאכן מיין מיינונג..
די בלינדע נאכפאלגערשאפט דארט האט מיר אבער געגעבן א פארציע פון רעאליטעט מיט אזא זעץ דערצו.. און קען טאקע זיין עס איז נאר טוויטער אזוי, אבער איך גלייב נישט..

וואס יא, אויב בין איך געווען אביסל מער סקעפטיש ביז יעצט איבער די געדאנק פון אפשפארן געוויסע זאכן אנליין ווייל זיי האבן אן השפעה און 'אינפלוענס' אויף אסאך מענטשן (נעם ענדרו טעיט פאר א ביישפיל), און אויב האב איך מיר געוואלט איינרעדן אז מענטשן זענען באופן כללי ברייטער און קלוגער ווי דעם סתם צו ווערן אפגעקויפט פון יעדע אנליין פאסט, בין איך יעצט אביסל מער באוויסטזיניג צו די ריעל-ווארלד רעאליטעט - אין וואו געוויסע זאכן האבן יא אן אומראציאנאלע און פאטענציאל געפארפולע השפעה...
 
לעצט רעדאגירט:
@אלפא מ'דארף אבער אויך נעמען אינאכט, אז ס'איז דא א מושג פון בוטס, וואס פארמערן טראפיק און לייקס וכו'.
כ'בין זיכער אז עלאן מלך הX באנוצט זיך אויך מיט די ענינים.
 
Back
Top