- זיך איינגעשריבן
- אפר. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 25
- רעאקציע ראטע
- 223
ביסט מיך מוחל?
כ'קום צו דיר יעצט, איינמאל א יאר, ווען ס'איז דיין אוועקגעשטעלטער זמן דערפאר, דיר צו בעטן מחילה.
כ'ווייס אז דו ביסט אלעס — דער מקור פון מיך און אלע מיינע איבערלעבענישן, דער וואס באשאפט מיך און מיין רעאליטעט יעדע רגע.
דו האסט מיר אזויפיל גוטס געטון. דו האסט מיר געגעבן מיינע שענסטע מאמענטן, מיינע הנאות און עקספעריענסעס, מיין סיפוק, ליבשאפט, שטאלץ, האפנונג, זיכערהייט און גליק.
יא, ס'איז אמת אז דו האסט מיר אויך געגעבן מיינע שווערע מאמענטן. מיינע סטראגעלס, מיין פיין און הארצוויי, מיין גילט, שעים, כעס, פחד, צעמישעניש און חרטה.
בעצם האסטו מיר אבער גארנישט "געגעבן". נישט פארהאן דא קיין "נותן" און "מקבל"; דו זעלבסט שפילסט ביידע ראלעס. איך מיט דיר זענען איינס און דאס זעלבע. אייגנטליך, דו נעמסט נישט, דו געבסט נישט, דו באשאפסט נישט — דו "ביסט" בלויז. מיר זענען בלויז.
דו קאנטראלירסט אלעס — בלויז ווייל "דו" מיט "אלעס" זענען סינאנים. די רעדע איז פון דער זעלבער זאך. דו באשאפסט מיך און ביסט מיך מחיה יעדע רגע — בלויז ווייל זמן, מקום און נפש זענען אלע פינגער אפדרוקן פון דער זעלבער "איז".
און דו האסט דיך איצטער געפארעמט אין א געפיל פון שפירן אז "איך" וויל מיט "דיר" זיך דורכקומען. די איבערלעבעניש אז ס'איז דא "עפעס" "אינדרויסן" מיט וועם כ'וויל מיך פאראייניגן און לעבן בשלום.
אלזא, טו מיך/דיך א טובה און זיי מיך/דיך מוחל. לאמיר לעבן בשלום און פאראייניגט פון דא און ווייטער.
ו"נסלח" לכל עדת — זאל שוין "ווערן אפגעטון" די סליחה. זאלן מיר אנערקענען אז ס'איז נישטא קיין ראובן וואס פארגעבט פאר שמעון; ס'איז קיין ראובן, קיין שמעון און קיין חטא מעיקרא נישט געווען.
און אט אזוי פארעמט זיך אן אינטואיטיווע אוניווערסאלע "ונסלח" — עקזיסטענץ ווערט פארגעבן.
א גוט געבענטשט יאר, מיין קאנטשעס.