שלום בערגער
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 1
- רעאקציע ראטע
- 13
וואָס איז דאָס האַרץ?
שלום בערגער
שבת עקב תשמעון
וואָס איז דאָס האַרץ? אַזוי איז מיר
באַשערט
יענעם דופק
ווי איר הערט.
כל זמן עס
קלאַפט:
אַ קערפערליכער פאַקט.
בשעת איך שווייג
ווערט דער צווייטער זאַץ
אויסגעקלערט.
מיט יעדן גראַם
מיין באַלאַגאַן ווערט
אויסגעראַמט:
גראַם ונשא.
יעדער טאַרעראַם איז די אויפהייבונג פון אַן איסור
איך רעג זיך ווייל מ'מעג
אלץ חוץ צום דיבור איז דאָ מותר
מ'שמירט גראַמען ווי פוטער
איך ווער וואָס אין דער קאָרט
אָדער מער אַקוראַט
איך ווער גאָלע וואָרט
נישט טוואוי נישט נאַש נישט בראַט
נאָר אַזאַ פאַרקאַלעכטע יאַט
ווייניגער בלייביג ווי בראָנז
וואָס דערמאָנט זיך קוים
אין וואָס זיין מוח דערמאָנט
לאָמיר מאַכן אַלץ אַביסל לאַנגזאַמער
מיר זענען אין אַ זאַל און מיין יצר איז אַ קאַמער
די וועלט אינטערפרעטירן מיר נאָר דורך חושים
נאָר יענע וועלט ווערט אויפגעבויט און צעשטערט דורך געשיכטע
איך הער ווי מ'זאָגט, די ליבע איז גענוג
איך הער ווי מ'זאָגט, נאָר די ציפערן זענען קלוג
איך פאַרגעס וואָס ס'איז קלוגשאַפט און בין געבליבן מיטן בייטש
מ'קען מאַמע-לשון נאָר וואָס איז וועלט-טייטש?
דעמאָלט ווען די אידן קומען זיך צאם
דעמאָלט ווען חיפה אַנטפלעקט אַ שלום-הויף
זענען אויך זיך משתתף די נישט-אידן
קיין פעסטקייט שטעקט נישט אין די גרעניצן
קיין תוך-מהות פאַרבאָרגט זיך נישט אין דער נשמה
בלויז תנאַים און קאָניונקטורן שאַפן די אומה
איך האָב געען אַ גרויסע טייך
איך האָב געזעהן די מיסיסיפי, אַזאַ מין אוצר רייך
אין פאַרזונקענע חורבות, און חיות, און מענטשן, און מעטאַפאָר
מיינע אויגן און זייער שוואַכע ריאה זענען אַליין געווען דער פאָר
ווי אַ זונפלעק ווי אַ סוד זיך אַנטפלעקט
נאָר אַלץ איז אָפן ווי אַ פענצטער
הריגות באַגאַנגען פון מיין עם ועדה
פון מיין עם אויסקוילונג ועד
וואָס זשע איז מיין רוף און וואָס איז מיין אויספיר?
זעצט אייך אין די בענקלעך און מאַכט צו די טיר.
אייך וועל איך דאָ נישט איבערגעבן פרטי-פרטים.
איך בין נישט קיין נביא, נישט איינער פון די שוטים.
נישט ליב האָבן איינער דעם צווייטן איז דער עיקר
נישט אויפשטעלן מויערן, פון סופרעמאַטיע שיכור.
נישט נישט נישט. איז דען פאַרהאַן אַ הויפטזאַך?
איז פאַרהאַן נאָך אַביסל ציבעלע און ברויט אין דעם וואַנדער-זאַק?
איך בין נישט דאָ, איך בין נישט דאָרט.
זיך נישט געפינען קיין איין אָרט.
איך בלייב שוין דאָ, בלוט קיניגט דאָרט
און שאַלעוועט אויף יעדן אָרט.
איך בין נישט דאָרט, איך לעב קוים דאָ,
איך זוך דאָס וואָרט פאַר יעדער שעה.
בעסער שווייגן, בעסער שווייג.
האַלט די טרערן טיף אין אויג.
האַלט די טרערן ווי ווי אין סלוי.
מיט התלהבות און מיטלייד.