ווען די GPS איז צעבראכן

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
506
רעאקציע ראטע
1,860
ווער געדענקט נאך די GPS נודניק קול זאגן “recalculating” נאכאמאל און נאכאמאל אז ס׳גייט אויף די נערוון - יעדעס מאל מ׳איז נישט געגאנגען פונקטליך לויט דיאנווייזונגען…

איך פיל אפט ווי א צובראכענע GPS וואס דארף כסדר redirect מיין פאוקוס אויף דעם וואס איך האב געפלאנט צו טון, און נישט ווערן אריינגעשלעפט אין זאכן וואס זענען מיר מסיח דעת פון מיין מטרה

anyone דא וואס האט ADHD אדער דיסטרעקשן אלס רעזאלטאט פון trauma, ווייסט גוט דעי געפיל

איך וויל פארשלאגן א נייע וועג פון אנקוקן דיסטרעקשנס וואס ברענגט ארויס א נקודה גאר פארקערטע פון shame און blame
אנשטאט צו טראכטן: ״פארוואס קען איך נישט איינמאל פאר אלעמאל:
״?stick to it & get it done

פארוואס דויערט א יאר מיט א מיטוואך יעדע project וואס איך וויל טון? פארוואס קען איך נישט סטאַפּן ווערן דיסטרעקטעד פאר א גוט יאר?

***
אויב דיין מאמע האט דיר געטראגן חול המועד אזויווי מיר, צו א pet shop אנשטאט צו גיין אויף טריפס
(נאך איידער ריידס איז געווארן א נארמאלע זאך אפצודינגען און אריינברענגען אין היימישן געגנט, יא, איך בין פון די אלטע דור 😂
דעמאלס האסטו אפשר געזעהן וויאזוי א קעצעלע - אויב זי זעהט א קליין מאסקיטא אדער ספיידער, וועט זי שפרינגען און עס פרובירן צו כאפן,
נישט קיין חילוק וויפיל מאל זי וועט דורכפאלן וועט זי נישט קענען אויפגעבן.
וואס פאסירט אויב די באשעפעניש איז עביוזט און ווערט באשטראפט פאר׳ן טון וואס זי איז נאטירליך דיזיינט צו טון? וועט זי זיך אונטערגעבן? זיכער נישט גלייך, עס וועט נעמען אסך יסורים אזא זאך אויסצורייסן.
***
נאטור איז resilient, נישט קיין חילוק וויפיל מיר עביוזן די ערד, האלט זי אין איין regenerate און ארויסגעבן די בעסטע פרוכט און געוויקסן וואס זי קען.
מענטשן זענען אויך resilient, אבער ס׳דריקט זיך אויס אין וועגן וואס נישט אלעמאל שמעקט עס פאר אונז

נעם צום ביישפיל, דו האסט געהאט א שווערע נאכט, די שכנים פון אויבן האבן געמאכט א טומל ביז די שפעטע שעה׳ן, און נאכדעם האט זיך דיין פינף יעריגע אויפגעוועקט פון א שרעקעדיגע חלום, און נישט אויפגעהערט וויינען און שרייען, ס׳זייער שווער געווען אים צו בארוהיגן. דו קומסט אן צו די ארבעט די נעקסטע אינדערפרי מיט א שיסעדיגע קאפווייטאג און דו ווילסט זיך אביסל אפרוען נאך אזא שלאפלאזע נאכט!
קען איינער האבן טענות אויף דיר אויב דו ביזט נישט אזוי פלינק ווי געווענטליך, און דו טרינקסט מער קאוועס פרובירנדיג זיך צו האלטן וואך?

איך גלויב קיינער קען דיר נישט באשולדיגן ווייל
You’re doing the best you can
***
יעצט פיר אריבער דעם משל צו דיין קערפער, וואס יעדע איבערלעבעניש וואס דו ביזט נאר אמאל אדורכגעגאנגען האט עס איינגעזאפט אין זיך.

(אפילו נאך איידער דו ביזט געבוירן - זאגט ריסערטש אז וואס דיין מאמע האט דורכגעלעבט בשעת דו ביזט געווען אן עוּבר האט געהאט אן אימפּעקט אויף דיר)

ב״ה מיר דארפן זיך נישט ארומטראגן יעדן טאג מיט די משא פון אלע פיין וואס מיר האבן דורכגעלעבט, ווייל די קערפער האט באגראבן רוב פון דעי אלע זכרונות.

די מח האלט נאר חשבון פון גרויסע געשעהנישן וואס זענען וויכטיג פאר דיר.
האסט אמאל געשמעקט אן אתרוג און זיך פלוצלונג דערמאנט ווי ביי די אכט יאר האסטו גליקליך געהאלטן דיין ערשטע אייגענע אתרוג וואס דיין טאטע האט דיר געקויפט פאר 5$?

זכרונות קומען ארויף פון צייט צו צייט, ווען זיי ווערן triggered דורך איינע פון אונזערע פינף חושים
אויב ס׳גוטע געפילן, איז א מחי׳

אבער מיט ביטערע געפילן דארף מען זיין געדולדיג און understanding מיט זיך אליינס, נישט האבן קיין טענות חלילה - אזויווי דו בלעימסט נישט נאך א שלאפלאזע נאכט ווען איינער קען נישט cope’ען ווי געווענטליך און פראדוסן די זעלבע געלונגענע שנעלע ארבעט.
***
רוב מענטשן מיינען אז געפילן זענען אן איבריגע bother וואס שטייט סתם אין וועג ווען מ׳דארף טון למעשה…

אבער אויב מ׳הערט אויף קוקן אויף די וועלט כאילו וויאזוי אלעס גייט צו איז ״נארמאל״ און גוט;

און דו הייבסט אן איינזעהן אז געוויסע זאכן דארפן א גרויסע תיקון,

דעמאלס וועסטו זיך נישט אזוי בייזווערן אויף זיך פאר׳ן נישט קענען זיין הונדערט פראצענטיג א קנעכט פאר דיין ארבעט.

אויב לעבט נאך די מענטש אין דיר און ביזט נאכנישט פארוואנדלט געווארן אין א ראבאט, וועסטו פארשטיין אז די גאנצע industrialized וועלט איז אויסגעשטעלט דיך אויסצוקוועטשן ווי א מאראנץ וואס מ׳נעמט ארויס געשמאקע orange juice און מ׳ווארפט נאכדעם אוועק די שאלאכץ…

אוודאי וועט דיין קערפער דעיס פייטן.
פונקט ווי די קעצעלע און ווי יעדע באשעפעניש וואס וועט זיך נישט גרינג אונטערגעבן צום דריק קעגן איר נאטורליכע אייגנשאפט פון נאכלויפן א ספיידער

דיין גוף וויל לעבן! נישט זיך לאזן אויסקוועטשן ווי אן אראנדש!
ממילא וועט עס פייטן כסדר קעגן סטרעס מיט׳ן דיסטרעקטן דיר
ביז דו קענסט אויפקומען מיט א בעסערע arrangement וואו דו קענסט זיך לאזן אטעמען! וואו דו מיזט נישט conform׳ען
און דארפסט זיך מער נישט איינדרייען כאילו ביזט א פּרעצל כדי צו fit׳ן אין די באקס וואס אנדערע האבן דעסיידעט איז ״נארמאל״

I hope i didn’t ramble to long
Let me know if this makes sense to you

*דא איז א קליינטשיקע קליפ וואס גוגל האט מיר געגעבן אנשטאט א meme פון די GPS זינגען אין קאפ אריין recalculating…

Recalculating! GPS may lead you astray
 
Back
Top