אין הכי טאקע
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 19
- רעאקציע ראטע
- 50
יאללא, לאמיר זיך ארויף ציען די ארבל, און זיך נעמען שלאגן איבער אראנדזשירערס, ווער איז בעסער? יעדער תקופה האט א מענטש וואס ברענגט ארויף אויפן אויבערפלאך א אומנות וואס האט שוין עקזיסטירט בעפאר אבער בזכותו ווערט אט דער פאך אריינגענומען אינעם עליטע רינג. נעם למשל וויין, איך קען מיך פארשטעלן אז אמאל אמאל איז א וויין מאכער געווען א שענקער, ביז סאויפגעשטאנען א פראנצויז און געמאכט פון דעם א גאנצער דבי ר׳ ישמעאל. מקען עס רופן מארקעטינג, אבער סאויך א כאריזמאטישער קוואליטעט וואס ער פארמאגט אין באציג צו דעם ספעציפישער פאך. נעם פיוט, סגעווען פייטנים איידער ר׳ יהודה הלוי, אבן עזרא, גבירול, אלחריזי, נאר פאר זיי איז א פייטן געווען א שנארער און פון יעצט א סטאר. איך דארף נישט מער ווי נעמען א ביישפיל א גבאי וואס רופט אויף, א בעל קורא, און בעל מפטיר, נאך נישט געקומען דער איינער וואס זאל נעמען דעם פאך אין אים געבן א חריזמאטישער חוט של חסד, אבער מיט חזנות יא, געווען חזנים פאר יאסעלע, אבער זינט יאסעלע איז א חזן א סארט רבי. געווען אלבום זינגערס פאר מרדכי און אברהם פריד, אבער פון זיי אן איז א אלבום זינגער א מלאך, יתכן סאיז נשפע געווארן פון די דרויסענדיגער וועלט, אבער דער מציאות קען מען נישט אפלייקענען. געווען חתונה זינגער פאר מיכאל, בעיקר אין ארץ ישראל, אבער זינט מיכאל איז א חתונה זינגער א דבר של ממש. געווען גראמער פאר פינקי אבער זינט אים איז א גראמער נישט א קינדערשפיל.
דאס זעלבע האט פאסירט מיט אראנדזשירונגען, געווען מוזיק אראנדזשירערס פאר מונה און ישראל לאם, אבער סהאט קיינער נישט געמאכט א מדובר פון די אראנדזשירערס בתקופת יאסעלע, משה עושר, בן ציון שענקער. האט איינער אפילו געהערט פון דזשאש גאלבערג דער אראנדזשירער פון מרדכי׳ס ערשטער אלבום? אדער פון מארטי לעווינטער דער אראנדזשירער פון אברהם׳לס ערשטע צוויי אלבומען? ביז ס׳זענען געקומען מונה און לאם, מונה אין תשכ״ט און ישראל לאם א יאר שפעטער אין תש״ל, און ביידע אין צוויי עקן וועלט האבן זעלבסשטענדיגערהייט זיך אנגעהויבן אריינלאזן אין מוזיק, ישראל לאם איז געווען דער וואס האט געברענגט צום אויבערפלאך מרדכי בן דוד און פיל העכער געשטיפט יגאל צליק בעת מונה האט נאך דערווייל געארבעט אויף קליינע אומבאקאנטע פראיעקטן. און אט קומט מונה ארויס צוקריכן, אויך ער אראנדזשירט פאר מרדכי און צליק, סהאט נישט לאנג גענומען און דער המון האט אנגעהויבן פארשטיין אז עפעס ניי איז ערשינען אין עולם המוזיק, מהאט אנגעהויבן צו לייגן קאפ נישט נאר צום ניגון, נישט נאר צום זינגער, נאר אויכעט צום אראנדזשירער. מען האט זיך אנגעהויבן אינטרעסירן ווער איז דאס ישראל לאם ווער איז דאס מונה רוזנבלום. סהאט גענומען בערך צעהן יאר, און א פרישער נאמען הייבט זיך אן באווייזן אויף אלבומען איינס נאכן אנדערן, דאס איז משה לאופיר, ער איז געווארן ווי א אלטערנאטיווע צו די שטארקע אטארעטארישע מוזיק פון לאם און צושויבערטע מוזיק פון מונה, רעלאקס ווי מען זאגט און מעלאדיש. נאך א צעהן יאר איז אריבער און רובי באנעט איז ארויפגעשווימען, ער האט געברענגט פרישע קאלירן, און דערנאך שוע פריד און היינט איז שוין דא צענדליגע וועלט בארומטע פראמינענטע אראנדזשירערס.
נאר אז מען וויל מצמצם זיין די שטערן בעולם האראהדזשירונגען, וואלט געווען נישט מער ווי גערעכט זיך צו האלטן ביי די דריי פאטריאכן פון אידישע אראנדזשירערס, און ווי עס האט געזאגט דער זאגער, אלע גרויסע זאכן הייבן זיך אן מיט דריי, אברהם יצחק יעקב, סוקרטוס אפלטון אריסטו, באך מאצארט בעטהובען ועוד הרבה. די דריי זענען די וועלעכע האבן אראנדזשירונג פאך דערלאנגט א חשובער שטאנד, און זענען שוין אין די ליין פאר צענדליגע יארן, און האבן אלע אראנדזשירט טויזנטע ניגונים.
שטייענדיג פאר נעולה פון א דזשאנרא אנגעהויבן דורך מרדכי און צליק, גערופן חסידיק מוזיק, און ביים אנהייב פון א ישי ריבו און עקיבה עפאכע, לאמיר זיך קאנצענטרירן איבער די אראנדזשירערס וועלעכע האבן מיט זייער מוזיק באשאפן דעם דזשאנרע.
אלזא, ווער פון די דריי לעגענדארע אראנדזשירערס איז בעסער?

לעצט רעדאגירט: