ווער איז דיין פעיוואריט זינגער?

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
560
רעאקציע ראטע
3,056
איך בין א שטארקע חסיד/פען פון שרולי גרין, חוץ וואס ער קען גוט זינגען און באשאפן ניגונים, איז ער נישט נאר אינדרויסען פון די באקס נאר ער אנערקענט בכלל נישט אין די באקס ווי א קנאי וואס אנערקענט נישט אין די מדינה, ער זינגט מיט זיינע רויע געפילן ווי דער עמעראציש קינד וואס האט געפיפען מיט זיין פייפערעל שבת ווייל ער האט נישט געקענט קיין עברי, ער זינגט אט דאס וואס ער פילט, און צי דעים קאנעקט איך זייער שטארק, און צי זיינע באמישע המכונה משוגענע ניגונים בין איך א שטארקע פען, ער פארשטייט וואס גענעראציע ת׳ זיכט, ער קומט אריין זייער טריפי און מחודש׳דיג אדער שיטלאז בלע״ז.
ווער איז דיין בעסטע זינגער?
 
אויב דו רעדסט פון אידישע זינגער, איז אברהם פריעד׳ס אלטע קאסעטעס מיינע פעיוועריט לגבי לעבעדיג און הייבט די פיס
און מלכי און שלומי בערנשטיין מיט זייער vibe
View: https://youtu.be/rUi13EIeuhA?si=F-Ukuew9mYVNB0Id
 
זאנוויל וויינבערגער!

א שיינע קול (סוביעקטיוו..),
צודרייט מוזיקאליש,
א מאסטער אין האלטן א טאן,
א גאר ברייטע רעינדזש,
א געלונגענע קאלעראטור,
לעבעדיג - נעקסט לעוועל,
ווארעם - ווי נאר זאנוועלע קאן,
בעיסיקלי ער קען זיך זייער גוט אריינלייגן אין סיי וועלכע ניגון/מצב וואס קומט אים אונטער, און איז געלונגען כמעט אין יעדע דזשאנרע וואס ער רירט אן.

מה עוד?
 
לעצט רעדאגירט:
ליפא שמעלצער ביז נאך די 'א פשוטע איד' אלבום.
(דערנאך האט ער אנגעפאנגען א זשורני וואס ער האלט נאך אינדערמיט, פארלוירן אביסל די לירישע טאלאנט הגם ער איז אייביג געבליבן זייער קריעטיוו.)

מלא חידושים
אריינגעברענגט פיל מיט נייע זשאנרעס מוזיק וואס אפי' מאדערנע זינגער האבן נישט געהאט די השגה אריינצוברענגן. ווער עס קען אביסל דרויסענדע מוזיק ווייסט אז ער האט גענאשט פון איבעראל אין די אינגע יארן.
אחוץ ניגונים איז ער געקומען פיל מיט חידושים נפלאים אין ליריקס וואס אין מיין מיינונג האט נאך קיינער איהם נישט געביהט. באאיינפלוסט פון היפ האפ, זשעז, און וואס נישט, האט ער גענומען בויען געביידעס אין ליריקס אז איך שטוין נאך ביז היינט ווען איך הער עס איבער.

איך טראכט נאך אפשר איין טאג צו עפענען א שנירל וואס גיבט איהם כבוד הראוי לו און אנאליזירט בעיון זיינע גאונות אין גראמען און פאעטרי, ווי אויך מעיין זיין אין זיין סאציאלע קריטיק צד, נוצנדיג דוגמאות פון זיינע ניגונים אין לויף פון זיין קאריערע.

פאר יענעם טוט מען נאר-דאס,
נאכלויפן די מאדעס,
און פארדעם איך האָ-דאס,
געשריבן אין מיין לאדעס, (לידער)
צו מיטנעמען איך לאז-דאס,
אויסזינגען פאר דעם איך טוה עס.

יעצט ענדיג איך דעם שיחה
הייבט אן א מלוכה
מאכט א נייעם פתיחה
א לעבן במנוחה
שאל, שאל אביך
טראכט נישט מער מה יאמרו הבריות.
...
יענעמס דעה לאז גיין
לעב פאר דיר אליין
ווער בין איך, ווער בין איך, ווער בין איך...
(ליפא, א פשוטע איד, יענער)
 
לעצט רעדאגירט:
אלס בלויז זינגער (שטימע) וואלט איך געזאגט מרדכי שפירא.
א מער פעמעניסטישע סטיל, (זיין מאמע איז א געלערנטע אפערע זינגערין און זיך געלערנט ביים זעלבן voice teacher ווי Celine Dion), צוגעפאסט צום איין און צוואנציגסטן יארהונדערט, זינגענדיג פון Friends , מחר, און אנדערע אלגעמיינע נושאים, נישט נאר פון דביקות הבורא און אני מאמין...

גוטע ווייבס...
 
טאקע דאס וואס די האסט אזוי ליב ביי עם האב איך נישט ליב, זיין (און אלע ליטווישע זינגערס בכלל) פרויערישע סטייל שטימט נישט אויף א מאן.
 
בנוגע צו אידישע זינגערס וואלט איך געקליבן לעאנארד כהן אלס בעסטער זינגער, במיוחד מיט זיין ניגון "הללוי-ה".
 
זאנוויל וויינבערגער!

א שיינע קול (סוביעקטיוו..),
צודרייט מוזיקאליש,
א מאסטער אין האלטן א טאן,
א גאר ברייטע רעינדזש,
א געלונגענע קאלעראטור,
לעבעדיג - נעקסט לעוועל,
ווארעם - ווי נאר זאנוועלע קאן,
בעיסיקלי ער קען זיך זייער גוט אריינלייגן אין סיי וועלכע ניגון/מצב וואס קומט אים אונטער, און איז געלונגען כמעט אין יעדע דזשאנרע וואס ער רירט אן.

מה עוד?
יאפ סעים!

אויף אייוועלט וואלט מען געשריבן גא"מ...
 
יאפ סעים!

אויף אייוועלט וואלט מען געשריבן גא"מ...
ער איז אויל איינע פון מיינע פעיוועריטס, הארד טו סעי ווערן מיין גרעסטע פעיוועריט, אבער שרולי גרין איז אויך איינער פון מיין פעיוועריטס און אויך מ'קען נישט פארגעסן שלום לעמער.
 
איך הער נישט אזויפיל זינגערס, אבער מיין באליבסטע פרומער זינגער איז מאטי שטיינמעץ, איך גיי משוגע פאר עם.
דא לייג איך ארויף א הערליכע קליפ - עניני דיומא - אויף 'למען ידעו דורותיכם':
 
ליפא שמעלצער ביז נאך די 'א פשוטע איד' אלבום.
(דערנאך האט ער אנגעפאנגען א זשורני וואס ער האלט נאך אינדערמיט, פארלוירן אביסל די לירישע טאלאנט הגם ער איז אייביג געבליבן זייער קריעטיוו.)

מלא חידושים
אריינגעברענגט פיל מיט נייע זשאנרעס מוזיק וואס אפי' מאדערנע זינגער האבן נישט געהאט די השגה אריינצוברענגן. ווער עס קען אביסל דרויסענדע מוזיק ווייסט אז ער האט גענאשט פון איבעראל אין די אינגע יארן.
אחוץ ניגונים איז ער געקומען פיל מיט חידושים נפלאים אין ליריקס וואס אין מיין מיינונג האט נאך קיינער איהם נישט געביהט. באאיינפלוסט פון היפ האפ, זשעז, און וואס נישט, האט ער גענומען בויען געביידעס אין ליריקס אז איך שטוין נאך ביז היינט ווען איך הער עס איבער.

איך טראכט נאך אפשר איין טאג צו עפענען א שנירל וואס גיבט איהם כבוד הראוי לו און אנאליזירט בעיון זיינע גאונות אין גראמען און פאעטרי, ווי אויך מעיין זיין אין זיין סאציאלע קריטיק צד, נוצנדיג דוגמאות פון זיינע ניגונים אין לויף פון זיין קאריערע.

פאר יענעם טוט מען נאר-דאס,
נאכלויפן די מאדעס,
און פארדעם איך האָ-דאס,
געשריבן אין מיין לאדעס, (לידער)
צו מיטנעמען איך לאז-דאס,
אויסזינגען פאר דעם איך טוה עס.

יעצט ענדיג איך דעם שיחה
הייבט אן א מלוכה
מאכט א נייעם פתיחה
א לעבן במנוחה
שאל, שאל אביך
טראכט נישט מער מה יאמרו הבריות.
...
יענעמס דעה לאז גיין
לעב פאר דיר אליין
ווער בין איך, ווער בין איך, ווער בין איך...
(ליפא, א פשוטע איד, יענער)
אפס דאס איז מוטי אילאוויטשעס יצירה
 
די גראמען אויך?
(כהאב געוויסט די ניגון)
אויב יא ווי איז ער ווען ס'קומט צו זיינע אייגענע אלבומ'ען?
ביסט גערעכט לכאורה האט ליפא אריינגעלייגט זיינע אייגענע ספייסעס צו דעי ניגון... אבער אפיציעל האט מוטי געטון ביידע
 
Lana del Rey איז פון די גדולי הדור ווען עס קומט צו געפילישע פאפ, איך גלייך אויך זייער Ava Max
אחרון אחרון חביב, Alan Walker, לאו דוקא א זינגער אבער ער איז די איינציגסטע ארטיסט וואס איעדע איינציגסטע ניגון איז א היט (imo)
 
מרדכי שפירא
ווערטער זענען איבריג..
 
אלע זינגער האבן זמנים וואס זיי פוטשן, קענען דענערווירן, און אלע קענען נמאס ווערן, איך למעשה האלט זיך צו ירמיה דאמען, נאך אלע יארן וואס כ׳בין געווען אין כעס אויף אים פארוואס ער פוטשט אזוי פיל ארום, איז ער למעשה דער זינגער וואס ברענגט עפעס מיט זיך, עפעס א חמדה גנוזה (איך בין נישט קיין בעלזער לא מינהו ולא מקצתו)
 
Back
Top