ווערטער שפילן

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
152
רעאקציע ראטע
887
אין ליכט פון די וואכעדיגע נושא אינעם שנירל 'הפרשה במבט קרעמלי - חיי שרה' וויל איך פאראייביגן דא יונגע זכרונות.

געווען איז עס הארט פאר חנוכה אין א פרשת חיי שרה, און מיין רבי אין חדר שרייבט א ווערטער שפיל - חידה - גראם אויף דעם טאוועלע.

פארוואס איך געדענק עס נאך ביז היינט ווייס איך נישט, אבער עפעס האט מיר עס געכאפט אין מח און איך קען עס נישט ארויסזעהן.

עס גייט אזוי: איר דארפט טרעפן די ווארט וואס די פאלגענדע שורות זענען מרמז.

קח אב של עם הארץ מדאורייתא
וקח אב של משרת דאורייתא
וכה תוסיף לה

וואס איז די ווארט?


איך וועל פאוסטן די ענטפער אויב קיינער אנדערש וועט נישט.

אויך בין איך נייגעריג אויב איינער ווייסט די אריגענעלע מחבר דערפון.
 
די ערשטע אות פון חתי וואס ווערט אנגערופן עם הארץ, די ערשטע אות פון נון די טאטע פון יהושע משרת משה, און מ'לייגט צו "וכה" ווערט עס חנוכה

ווען איז חיי שרה הארט פאר חנוכה?
 
לעצט רעדאגירט:
די ערשטע אויס פון חתי וואס ווערט אנגערופן עם הארץ, די ערשטע אויס פון נון די טאטע פון יהושע משרת משה, און מ'לייגט צו "וכה" ווערט עס חנוכה
פארוואס נישט טייטשן אב געהעריג?😀

אב של בני חת (הנקרא במקרא עם הארץ) = חת
אב של יהושע בן נון = נון
וכה
תוסיף לה
= חנוכה
ווען איז חיי שרה הארט פאר חנוכה?
איך האב נישט געמיינט ממש הארט פאר.
 
Back
Top