וועטעראנען און מאדעראציע

גא"מ להנ"ל
פליז זיי זיך מששתתף מיט א ווארעמקייט אויך אויף מיין קאמפיין פעידש.... ;)

תכלית גייט מען עפעס טוישן לאור דער פראבלעם וואס די עולם רעדט זיך אפ?
אויב נישט ווען זיין א מבול פון לייק קאמפעינס, אדער וועלן זיך טייל איינהאלטן פון שרייבן....
100 פראצענט

קוק אויף מיינע מעססעדזש'ס צו לייקס רעשיא
ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס צו דארפן נאכלויפן די פאר לייקס
און אוואדאי איינער וואס האט עס שוין געהאט
די מאטיוואציע ווערט פארלוירן
נישט אז כשרייב נאר צו אנקומען צו די ריזיגע כבוד אבער ס'איז א שטיקל מאטיוואציע

מנהלים עדמין'ס אחראים ביטע טוהן עפעס דערוועגן
 
דאס האט מיך געמאכט טראכטן
אסאך מאל טראכט איך פשוט נישט צו געבן א לייק
אבער יעצט אויב ס'איז א גוטע שטיקל און יענער איז נאכנישט א וועטעראן העלך ענדערש גיבן א לייק
אוואדאי ווענדט זיך עס אין קוואליטעט אבער ס'מאכט מיך טראכטן פאר נאך א סעקונדע איידערן גיין ווייטער
 
יא, ס'איז א ווייטאג. ס'דא אסאך חברים בתוכנו וואס האבן זיך געפראווד אלץ נארמאלע ערוואקסענע מענטשן וואס זענען טראסטבאר צו האבן וועטעראן סטאטוס. און זיי געבן גענוג צו אז זיי זאלן האבן א דעה אין קרעמל ווען ס'קומט צו וואוטן וכדו'

ולמה יגרעו צוליב דעם וואס זיי נעמען א טייל אין שמועסן אהין און צוריק און פארדעם פאלט די רעישיאו.

ובכלל. צונעמען כתרים איז א גרויסע פאטש און ווייטאג. כ'געדענק נאך ווען ק"ש האט געטוישט צום נייעם סייט האבן די שריפטשטעלער פארלוירן געוויסע פרעוועליגיעס, ס'האט מיך געשטערט.

און אונז אידישע קינדער רעדן נאך היינט נאך די נעשה ונשמע קרוינען וואס מיר האבן פארלוירן!

פון די אנדערע זייט. עס אויסשטעלן אז מ'פסקנט ווער ס'זאל זיין א וועטעראן, איז אומנויטיגע פאווער אין די הענט פון די מאדס. דאס איז דאך פון יסוד היסודות פון קרעמל - דעמאקראטיע! די ציבור פסקנט!
אויסשטעלן אז וועטעראנען זאלן פסקנן? ארויפלייגן א ניק אויפן טיש איז א בחינה פון אזיל סומקא ואתי חיוורא!
מוז מען עס לאזן אין די הענט פונעם ציבור, זיי זאלן לייקן.

כ'טראכט אביסל עצהלעך.
א. מ'קען עפענען א שנירל מיט אביסל מחשבה און ארבעט און אזוי פארדינען א גרעסערע סכום לייקס.
(שטייצעך, ס'נישט קיין עצה פאר יעדעם, ס'ווענד זיך ווי סאך צייט מ'האט, און אויך ווי סאך 'שמועסנדיגע הודעות' מ'שרייבט)

ב. מ'קען עפענען א צווייטע ניק און עס ניצן פאר די סתם טעגליכע שמועסן, און אריינקומען מיטן וועטעראן ניק בעיקר פאר לענגערע הודעות. (כ'גלייב אז ווילאנג מ'לייקט זיך נישט אליין צו באקומען וועטעראן סטאטוס, און מ'וואוט נישט טאפלט, וכדו'. וואלט עס קיינעם נישט געשטערט)

ג. אפשר קען מען אנשטעלן אז איינמאל מ'קומט אהן צו הונדערט הודעות און טאפלט לייקס, ווערט מען נקבע אלץ וועטעראן ווילאנג מ'בלייבט מיטן רעישיאו פון איין לייק פער תגובה פון דארט און ווייטער. וכדו'.

ד. מעורר זיין איינער דעם צווייטן על דרך ווי ידידינו @קאנאדער שרייבט אויבן.
האסט הנאה? לייק בעין טוב כי בנפשינו הדבר הזה.
-
ביטע העלפט ארויס מיט נאך עצות והערות כדי ס'זאל ארויסקומען א דבר השלם. 🙏
 
ג. אפשר קען מען אנשטעלן אז איינמאל מ'קומט אהן צו הונדערט הודעות און טאפלט לייקס, ווערט מען נקבע אלץ וועטעראן ווילאנג מ'בלייבט מיטן רעישיאו פון איין לייק פער תגובה פון דארט און ווייטער. וכדו'.
עפעס אזא מהלך וואלט געווען די בעסטע אין מיין מיינונג. איין מאל מ'האט עס זאל עס זיין שווער צו פארלירן. אבער זאל נאך אלס זיין א מעגליכקייט צו פארלירן אויב איז מען באמת מער נישט מוסיף און מ'באקומט ווייניגער ווי איין לייק פער מעסעדש אין דורכשניטליך.
 
קודם א שכוח פאר אלע לייקס
צווייטנס וויאזוי דארף די אטאמאטישע סיסטעם ארבעטן
ווייל ביז די תגובה וואס איך שרייב יעצט האב איך פונקליך דאפלט רעאקציעס איבער תגובות - זעה בילד - און איך בין נישט קיין וועטעראן
דארף עס זיין מער פון 2 פער תגובה?

Screenshot_20241211-001204~2.png
 
קודם א שכוח פאר אלע לייקס
צווייטנס וויאזוי דארף די אטאמאטישע סיסטעם ארבעטן
ווייל ביז די תגובה וואס איך שרייב יעצט האב איך פונקליך דאפלט רעאקציעס איבער תגובות - זעה בילד - און איך בין נישט קיין וועטעראן
דארף עס זיין מער פון 2 פער תגובה?

View attachment 1622
האסט נאכנישט גענוג הודעות.
 
מיין פראבלעם איז אז איך בין געווארן זייער העזיטענט צו שרייבן און סאָבּקאנשעס האלט איך זיך לעצטנס צוריק, אויס מורא אז איך וועל ווערן אויס קנאַקער.
 
ווי שוין דערמאנט אין קרעמל'ס קאנסטיטוציע סעיף ד', פארמאגט אונזער קרעמל א באנוצער גרופע מיט'ן נאמען "קרעמל וועטעראנען", וועלכע באשטייט פון מעמבערס וועלכע פארמאגן אמווייניגסטנס 75 הודעות מיט א דורכשניט פון אמווייניגסטנס 2 רעאקציעס פער הודעה. די גרופע וועט האבן פארשידענע פונקציעס, ווי צום ביישפיל דאס פארשלאגן און אריינוועלן נייע שטאטוטן אזוי ווי דערמאנט אין דער קאנסטיטוציע.

האסט נאכנישט גענוג הודעות.
איינער קען ביטע קלאר מאכן וויפיל הודעות מ'דארף
@מַחֲנַיִם
 
ולמה יגרעו צוליב דעם וואס זיי נעמען א טייל אין שמועסן אהין און צוריק און פארדעם פאלט די רעישיאו.
יא, איך האב שוין געקלאגט דערויף באלד צוויי וואכן צוריק.
איך האב אויך די זעלבע פראבלעם; נישט יעדע תגובה באקומט א לייק, ספעציעל אויב איז עס אין א אהין-צוריק שמועס. וואס מיינט, אז טאמער באקומען נישט די אנדערע תגובות 6, 7 אדער 8 לייקס ווערט די געפ ברייטער מיט יעדע תגובה וואס איך שרייב. אבער איך רעאגיר ווען איך זע פאר פאסיג נישט לויט די לייקס.
 
מיין פראבלעם איז אז איך בין געווארן זייער העזיטענט צו שרייבן און סאָבּקאנשעס האלט איך זיך לעצטנס צוריק, אויס מורא אז איך וועל ווערן אויס קנאַקער.
כ׳קען רילעיטען צו דעם, אנפאנג האט מען געשריבן און פאברענגט, אבער זייט איך האב מיך געטראפן אלץ וועטעראן טראכט מען שוין סאבקאנשעסלי אויב דעי תגובה גייט ארויפריקן די צאל תגובות קעגן די רעאקציע ראטע און פארלירן די וועטעראן סטאטוס.
 
לעצט רעדאגירט:

ביי מיר די זעלבע
 
פארוואס בין איך נישט קיין וועטעראן?
איך האב דיר יעצט געגעבן נאך א לייק און די ביסט אנגעקומען צום ציל.
ענטפער נישט ווייל די וועסט עס פארלירן :p

איך האף מ'זאל ווי שנעלער טרעפן א מהלך אז קיינער זאל נישט טראכטן צוויי מאל פאר ער שרייבט עפעס.
 
און ארויסנעמען די וואס זענען שוין נישט אקטיוו פאר א לענגערער וויילע.
איך וואלט זייער שטארק געוואלט זיין מער אקטיוו, ס׳איז אבער פשוט נישט מעגליך וויבאלד יעצט איז די ביזנעס ביזי און איך האב נישט צופיל איבריג צייט, איך גלייב אז גאר א גרויסע פראצענט מעמבערס האבן צייטן וואס איז שווער צו שרייבן.

ס׳איז זיכער אז עפעס מהלך דארף זיין אבער מדארף אויפקומען מיט עפעס איידיע צו פארשטאפן די לעכער וואס בלענק תקנות ברענגט מיט זיך.
 
דאפעלט די רעאקציע פון מעסעדזשעס איז זייער גוט, איך וואלט פארגעשלאגן אז אפשר זאל דעיס נאר זיין ביז א געוויסע נומער פון מעסעדזשעס אדער לייקס.

ווי למשל פאר 75 מעסעדזשעס דארף מען האבן 150 לייקס, אבער איינמאל מ'ריטשט לאמיר זאגן 200 מעסעדזשעס מיט 400 לייקס קען מען בלייבן מיט דעם.

מאכט סענס?
 
אזא מהלך וועלט געווען די בעסטע

אדער מאכן אז ווען מ'האלט שוין ביי א געוויסע נומער זאל מען נאר דארפן איין לייק פער מעססעדזש אזוי האלט עס נאך אן עפעס א סטאנדארט
 
Back
Top