- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 764
- רעאקציע ראטע
- 1,890
איך עפן די פאסט קעסטעל אפאר טאג צוריק און איך מערק א שיינע מאדערענע ביכעל הערליכע גראפיקס ליגט אזוי צווישען די הויפן בילס נאטיסעס, קאלעקשאנס וכו'
דער קונטרס האט מיר גלייך געכאפט די אויג און עס אריין גענומען אין די האנט אריין צו זעהן במה הכתוב מדבר, גאנץ א שיינער ארבעט ארויס ברענגענדיג מיט מעשיות וואס האט פאסירט מיט די וואס האבן נישט גענומען קיינע ואקסינען ווי ל''ע זיי זענען געכאפט געווארן מיט די מחלות וואס די וואקסינען ברויכען צו פריווענטן.
אבער על דא עקא, איך ווייס נישט און פארשטייט נישט וואס די אדזשענדא איז מיט דעם קונטרס, ווער און פארוואס אינוועסטירט מען אזוי פיהל געלט דערינען, און בכלל איגנארירט די טענות פון די אנטי וועקסער, אפי' נישט דערמאנט אז עס דא א ספק אין די וואקסינען און אנטקעגן-זייטיגער מיינונג אויכעט.
ע''כ האבן מיר בדחולי ורחימי מחליט געווען צו מלבן זיין די נושא דא אין די פלאטפארמע און אויס שמועסן מיט די קרעמל מיטגלידער וואס איז דאס, פון ווי קומט עס, ווער האט דאס געמאכט. און איז דא א סיבה לחשש.
והנה. דער עוואלוציע פון וואקסינען
וואקסינען האבן געשפיהלט א גרויסער ראלע אין די פובליק העלטה כדי צו פריווענטן די אויסשפרייטונג פון אינפעקציעס און אזוי פארשפארן און ראטעווען לעבענס פון מענטשען וואס קענען ל''ע שטארבן ווען א אינפעקציע ווערט פארשפרייט צווישען דעם פובליקום
די דיסקאווערי פון די וואקסינען און ווי אויך די מאדערנע עסטאבלישמענט און די לעגאלע מאסן-נאמען איז געווארן פראדוצירט פון סייענטיסטישע און מעדיצינישע און סאציאלע דערגרייכונגען.
אין יאר 1796 איז אן ענגלישער פיזישן מיטן נאמען עדווארד דזשענער ארויף געקומען מיט א געוויסע מרקחת וואס האט געברויכט צו פריווענטן א געוויסע אינפעקציע וואס האט דאן געשפרידעלט צווישען דעם פובליק וואס האט געהייסן קיה-פאקס סאורס Cowpox sores
קיה-פאקס סאורס איז א אינפעקציע וואס פארשפרייט זיך דורך קומען אין בארירונג מיט אינפעקטירטע קיען און ח''ו ווען דער מענטש וואס קומט אין בארירונג מיט אזא קיה ווערט זיין הענט און פנים אויסגעשלאסן מיט בליסטערס וואס ווערט פאראייטערט און בלוטיג, עס גייט דאן אריין און פארשפרייט זיך צו די אדערן און הויט און פלייש ביז עס פאלט אראפ. זיך צו היילן דערפון איז א שפיל פון 12 וואכן און דער גוף בלייבט מיט שווערע סימנים עד יום מותו פון די אויסשלאג.
איז דער דאקטאר עדווארד דזשענער געגאנגען און געמאכט א מעדעצין צו געבן נאך פאר מען כאפט די אינפעקציע (זעהט אויס אז די אינפעקציע איז געווען אינעווערדיבל, און דאס איז געווען א גאנגבארער אינפעקציע בימים ההם) און אריינגעלייגט א קליינטשיגע דאזע פון די אינפעקציע אין די וואקסין אזוי אז דער אימיון סיסטעם האט נאך געהאט די כח צו פייטן די קליינטשיגע דאזע פון די אינפעקציע, און דער אימיון סיסטעם האט זיך געלערנט אדורך דעם אז ווען ער ווערט אטאקירט מיט די אינפעקציע ווייסט ער ווי אזוי צוריק צו שלאגן דעם געפאר ווייל ער האט זיך געלערנט פון בעפאר (קליינערהייט) ווי אזוי צו זיך נישט צולאזן פון די קיה אינפעקציע אטאקע. און קורצן די קליינע דאזע האט אויף געבויעט אין די אימיון סיסטעם א פארשלאפענע אומאקטיווע פעטידשאן צו סיימיולעיטן די אימיון סיסטעם און עס געלערנט וויאזוי אפצושלאגן אזא אטאקע.
עס איז אדורך כמעט 100 יאר זינט דאן קיין נייע וואקסינען איז נישט ערפינדן געווארן ביז אין יאר 1885. אבער דאס איז געווען קלאר, די אלע וואס האבן אין זיך אריינגעלייגט דעם קיה-פאקס וואקסין האט נישט געליטן פון קיה-פאקס אינפעקציע נאכאמאל.
רעביס Rabbies האט שטארק געפלאגט דעם פאלק אין פראנקרייך אין יאר 1885 איז געקומען א מיקראא ביאלאדזשיסט מיטן נאמען לואיס פעסטאר פון די געגנט וואס האט זיך געמוטשעט מיט רעביס און גענוצט די זעלבע טעאריע פון 100 יאר בעפאר פונעם ענגלישען סייענטיסט עדוואר דזשענער און געטוהן דאס זעלביגע מיט די רעביס אינפעקציע, וואונדער איבער וואונדער, ווער עס האט אין זיך אריין געשטאכן די רעביס וואקסין איז מיט קיין רעביס מער נישט געטראפן געווארן. ווי נאר דער פראנצויזישער מייקרא ביאלאדזשיסט האט געזעהן אז עס ווירקט, האט ער אנגעהויבן מאכן דאס זעלבע געדאנק מיט נאך אנדערע אינפעקציעס וואס פלעגט פלאגן דעם ריאון. און אזוי איז די געדאנקט פון מיין די מחלה זעלבסט פאר די רפואה אריין אין די מעדיצינישע וועלט צו אפהאלטן געוויסע אינפעקציעס וואס מען האט געוואוסט פון זיי קומען און מען קען עס טאקע ניצון פאר די רפואה זעלבסט.
![20240714_143900.jpg 20240714_143900.jpg](https://kraimel.community.forum/data/attachments/0/182-5b32b57916d9cc88c0927f3c165c05a4.jpg?hash=WzK1eRbZzI)

לעצט רעדאגירט: