1. גדולי ישראל וואס זענען אנגענומען און פארהייליגט, האבן געגלייבט אין שבתי צבי, און נתן העזתי, אויך לאנג נאכדעם וואס שבתי צבי האט זיך געטויפט צו איסלאם און לאנג נאך זייער טויט.
2. דער בעש״ט און ר׳ פנחס׳ל קאריצער זענען דורכגעגאנגען שווערע נסיונות וועגן זיך שמד׳ן
3. דער באוואוסטער גאון און משכיל שלמה יודא ראפפאפארט איז געווען אן איידעם ביים קצות החושן, איז געווארן גע׳רודפ׳ט אין טארנאפאל דורך די חסידים און ר׳ שלמה קלוגער, וואס האבן גע׳טענה׳ט אז ער האט געשריבן זלזולים אקעגן די בבל׳ישע אמוראים, אז ער שעלט מיט גראבע ניבול פה, אז ער האט פארשפארט חסידישע בתי מדרשים, אז ביי אים אין שטוב האט מען געגעסן אין א תענית, אז זיינע טעכטער באזוכן דעם גוי׳שן טיאטער, און ווער האט זיך אנגענומען פאר אים און באשיצט פון די קנאי׳שע פיילן? דער שארפער שונא פון חסידות רבי יוסף פערל און ווער נאך?… דער הייליגער חתם סופר!
4. רוב מענטשן אין לובלין האבן געלאכט פונ׳ם חוזה און אפילו אויפ׳ן טויטן בעט איז אריינגעקומען איינער צו שפעטן פון אים...
5. יונגערהייט - ביים צדיק רבי ר׳ מיילעך, האט דער חוזה פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן. כל ימיו האט ער נישט געקענט מוחל זיין ר׳ זאלקא צאנזער פאר׳ן אים אפהאלטן דערפון. לויט די השערה פון פראפעסאר דוד אסף, האט ער ביי די זיבעציג זיך ארויסגעווארפן פון פענסטער און שיעור נישט דער׳הרג׳עט געווארן
וכל המוסיף הרי זה משובח…