- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 506
- רעאקציע ראטע
- 1,860
מערסטנס מענטשן גלייבן אז אסאך געלט, ס"ס און וואקאציע & לוקסוס מאכט א גליקליך לעבן...
אמת'דיג אבער איז עס א מאמענטאלע שמחה וואס לאזט איבער א לאָך אין הארץ אויב מ'האט נישט אן אינהאלטספולע לעבן, וואו דו פילסט אז דו קענסט עפעס צוגעבן אין די וועלט, וואס א צווייטער קען נישט טון אנשטאט דיר.
ס'וויכטיג צו האבן א ציל וואס מאכט דיר גוט פילן מיט זיך.
אבער ס'זיכער אז מאסלוי'ס בעיסיק needs
Maslow's hierarchy of needs - Wikipedia זענען א יסוד וואס ערמעגליכט זאלסט בכלל האבן ישוב הדעת צו פילן די שמחה.
——
א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט איינעם וועגן Stoicism - יענער איז גאר אנטציקט פון דעם מהלך און כ'בין געווען נייגעריג און היינט נאכגעזוכט אויף גוגל, ווער ס'איז דער גרינדער פון דעם מהלך? (דאכצעך אין כינע זענען דא אסאך וואס האבן אפגעקויפט דעם מהלך החיים פון סטאָאיסיזם).
דורך מיין זוך האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם ווידיאו און ס'איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט וויאזוי דער אידישער פילאזאף איז דא מסביר וועגן די ערשטע פילאזאפן וועלכע זענען כסדר געווען פארנומען מיט די נושא: וויאזוי קענען מענטשן זיין גוט,
אבער אפיקוריאָן האט אריינגעברענגט א גלאררייכע נייע פארשונג: וויאזוי קען א מענטש זיין מער פרייליך?
(איך האב ליב זיין שנעלע אופן וויאזוי ער summarized די גאנצע פרשה. כ'האב געקלערט אפשר ענק וועלן הנאה האבן אויב איך טייל דא מיט די לינק).
would love to hear your thoughts
View: https://youtu.be/Kg_47J6sy3A?si=G1BjD0ZuYVapSbb-

לעצט רעדאגירט: