- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 497
- רעאקציע ראטע
- 1,830
האסט אמאל געהאט אזא מיספארשטענדעניש וואס עסט דיר אויף דאס הארץ? ווען איינער האט בכלל נישט געכאפט וואס דו האסט געמיינט און דיר שלעכט פארשטאנען און באשולדיגט אז דו האסט אים באליידיגט/מיאוס אויפגעפירט צו אים
ווערן accused איז די טיפסטע וואונד ביי מיר
פארדעם טאקע האב איך אזוי ליב די ערשטע season פון @ISaidThisYouHeardThat
ווען איך בין אויפגעוואקסן איז פסיכאלאגיע געווען ממש אסור. מ׳האט חוזק געמאכט דערפון און אריינגעהאקט אין קאפ ביים עולם אז ס׳איז א שרעקליכע זאך
האב איך אבער א געוואלדיגע תאוה צו פארשטיין און זיך דערגרינטעווען צו די סיבות פארוואס מענטשן פירן זיך וויאזוי זיי פירן זיך (מיר אינקלאָדעט).
די עונג שבת (ווער געדענקט די אויסגאבע נאך פאר מעלות איז ארויסגעקומען? ס׳געווען דאכצעך די ערשטע קאמפּעטישן מיט באלייכטונגען)
זיי האבן געהאט א קנאקעדיגע ארטיקל ״ווי אין א סדום׳ער בעטל״ טאקע געשריבן דורך די מחברת פון מעלות מרת. יונגרייז און די זיסע טעם ליגט מיר נאך אין מויל. איך האב זיך באלעקט די פינגער ווי גוט זי האט אראפגעלייגט יעדע פון די 9 enneagram נאטורן און זאפטיג אריינגעפארן די מלמדים/עלטערן וואס פרובירן מיט צוואנג אריינצופאסן יעדן אין זעלבן סדום׳ער בעטל - נישט קיין חילוק זיין תכינת הנפש…
כ׳האב שפעטער געשאפט דעם עניאגראם ביכל אבער ס׳געווען צו קאמפליצירט פאר מיר. אבער ווען ס׳געווארן צושפרייט אנליין די 16 personality test האב איך זיך אוודאי צוגעכאפט דערצו (און איך הער אז רוב גרויסע ביזנעסער אין די וועלט פארלאנגען שוין היינט פון יעדע קאנדידאט בעפאר זיי הייערן אים אויסצופילן וועלכע פּערסענאליטי זיי זענען כדי צו וויסן אויב זיי זענען צוגעפאסט פאר די ארבעט
איך בין נייגעריג ווער פון די חברים דא האבן בכלל א געשמאק אין די נושא פון דערגיין זייער אייגענע תכינת הנפש (ווי אויך זייערע נאנטע׳ס)
ווארענונג: די פאלגנדע קליפ קען אפשר זיין זייער טריגערינג אויב אלס קינד האט מען דיר נישט פארשטאנען און דיינע עלטערן האבן (אי בשוגג אי במזיד) דיר עביוזט
View: https://m.youtube.com/watch?v=nq-qT6oKGY0&t=96s

לעצט רעדאגירט: