- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,777
בדרך אגב מען דארף טאקע ווידמען אן ארטיקל וואו מע"כ(בודי) איז געווען זינט דעם זומער, אבער די איצטיגע ארטיקל איז נישט דערוועגן, אפשר אולי וועלן מיר צו דעם אנקומען איין טאג.
ב''ה, מיר לעבן אין אן אכשר דרא'דיגע וועלט. די אידישע טעלעגראם טשענעלס מערן זיך ווי די פיש אין די וואסערן כ''י בס''ד. טאלאנטפולע מחותנים ווי שוועמל נאך א רעגן.
איך טראכט צו זיך, במה זכינו אז מיר האבן זוכה געווען צו אזא אינטעלעקטואלע ציבור וואס קענען אונז באיינשפרייכן מיט אזאנע לענעגארדע ארטיקלען?
נאר וואדזשע דען, די טאלאנטן וואס מיר פרומע אידן האבן און האבן אייביג געהאט איז אייביג געווען באהאלטן אין די בעיסמענט פון אונזערע אייגענע אויגן, מיר האבן נישט געוואוסט וואס מיר פארמאגן ביז מיר האבן באקומען א שופר. צו זאל דאס זיין טעלעגראם, וואטסאפפ, יו טוב, אדער סיי וואס אנדערע פלאטפארמע. מיר קענען אינאנעמעסלי פארשפרייטן אונזער חכמה ותבונה אין סיי וואסערע נושא מיר האבן א געשמאק אין.
די חיזוק וואס מיר שרייבער באקומען ווען מיר געבן ארויס ווערק פון אונטער אונזערע הענט גיט אונז די קאנפידענץ, יא מיר פארקויפן עפעס וואס אנדערע ווילן פון אונז קויפן.
ווי זענען מיר געווען ביז איצטערט?
די אינגערע דור וועט נישט אנהייבן פארשטיין. עס איז למעלה פון זייערע השגה ווי אזוי מיר די 40 יעריגע אינגעלייט (גרויסע צולייגער. איך בין נאך ניטאמאל קיין צוואנציג) זענען אויפגעוואקסן. איך וועל פרובירן אייך פארשטיין געבן טייערע ליינער וואס עס איז געווען און וואס עס איז.
און ווי אויך שטעלט זיך נאך א שטארק פראגע, ווי זענען די אלע טאלאנטפולע מוזיקאנטן, זינגערס, שפילערס, און שריפטשטעלערס געווען ביז די לעצטע דעקעיד (10 יאר).
עס איז נאר געווען די גאר באקאנטע, און דווקא פון די אזוי-גערופענע נישט היימישע קרייז זינגערס, ווי למשל עמ. בי. די., אברהם פריעד, און דאן די עטוואס נישט אזאנע באקאנטע דעדי, ישראל וויליגער, מענדי וואלד, אביש בראד וכו'.
וואס איז יא געווען, ווער, און, ווי האבן די גאר היימישע מיט אביסל טאלאנט יא מהנה געוועזן, ווען זיי האבן דאס שוין יא געטוהן?
אויף די טישן פון די רשכבה"ג אום פורים (באבוב און מונקאטש פלעי אין ב"פ פורים, אור ליום שושן), אדער די נארישע סקיט וואס פלעגט צו זיין אין ראדני שושן פורים אונטערצוהאלטן די וויליאמסבורגע געמיינדע (וואס געווענליך איז עס באשטאנען פון אפ'חוזק'ן פון די אויסגעדראשענע נארישע ציונים) אדער ביום שמחתם מיט אביסל גראמען לפני הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א לשמח ולשמוח בשמחת רבינו, אה, די אינערליכע שמחה וואס מיר האבן געהאט ווען די רבי שליט"א'ס אייניקל איז געגאנגען אונטער די חופה האבן מיר זיך די אלע משתתפים אזוי מיטגעפרייט, די רבי'ס אייניקל גייט שוין האבן א לעבנ'ס באגלייטער... נישט קיין געהויבענע שמחה פאר אונז חסידים? וואס הייסט, דער רבי'ס אייניקל גייט שוין האבן וועמען צו פייניגן אדער מיט איינעם הנאה האבן, יוי איז דאס פאר מיר א פערזענליכע פרייד. (ווער געדענקט די שטויבער ברידער אין סאטמאר).
אדער גאר א סאפיסטיקירטן פורים שפיל פון א לאקאלער ישיבה (נייטרא מיט הרה"ח יקיר ברוין זייענדיג א אינגער טאלאנטפולער בחור האט עס אליינס צוזאם געשטעלט מיט זיינע זיבן חברים), עס איז געווען אזוי סאפיסטיקירט אז זייער פלעי איז געווארן קאפירט אויף א טעיפ און זיך אפי' פארקויפט פאר $1.50 דריי טעיפס אין א ראבער בענד איינגעבינדן אין די ספרים געשעפטן. האט מען עס געקויפט אין א שפילצייג געשעפט האבן די 3 טעיפס געהאט א קאסטום פלעסטיק קאווער און מען האט באצאלט דערפאר דאפעלט $3.00 (פאר ווער עס ווייסט בכלל וואס א טעיפ מיינט). אבער אין אלגעמיין צושטעלן אידישע כשרע אינטערטעינמענט איז נישט געקומען פון סאטמאר, פאפא, קראסנא, באבוב'ע טאלאנטען, וכדו'.
עטוואס שפעטער האט מחנה שלוה מיט הרה"ח משה גאלדמאן ז"ל געזען איז מיר חסידישע קינדער גלייכן מוזיק פונקט ווי די מאדערנע וואס הערן יא עם. בי. די., האבן זיי צוזאמגענומען אפאר קינדער פון די שלוה קעמפ אין די זומער און געזינגען אין א כאר נגונים מיט עפעס א שפילער דארט, און והנה מחנה שלוה כאר, אינגע הערליכע טאלאנטן אויפגעשפילט פון מחנה שלוה באבאוו מיט ניגוני ר' משה גאלדמאן (דוקא שיינע זאכן, א געוואלדיגער טאלאנטפולער קאמפאזיטער, איז ער ווען נאך היינט דא וואלט עס ווען געהאט גאר אן אנדער צורה) אבער ווייטער ער האט זיך געמוזט באהאלטן אונטער א קעמפ מיט די געדאנק אז אין קעמפ מעג מען זיך עטוואס מער אויסגעבן.
איך קען גיין אן ענד אן ווי אזוי די חסידישע טאלאנטן זענען דערשטיקט געווארן במלוא מובן המלה.
ווי איז אמאל געווען א מושג אז די פארנט דעקל זאל זיין א שיין הערליכער פארטרעט פון א היימישער חסידישער אינגערמאן, מיט בארד און פיאות, זאל זיך לאזן אינטערוויוען אין א מעגעזין און דאן עס פארשפרייטן אין אלע אידישע גאסן?
פלוצלינג א קארגע 10 יאר שפעטער זעהן מיר מסלתה ומשמנה בדחנים, שפילער, זינגער אלע מיט פלאטשיגע, הויכע און שטאפן היטן.
דווקא בין איך אביסל איבערגעטריבן, וואס רעד איך שטותים, אונז האבן געהאט די מעגא שפילער און זינגער וואס האבן נאר פערפארמט ביי די נגידים, ה''ה ר' אהרן לעוו און הרה"ח מיכאל שניצלער ז"ל (טאקע אן אפענע רעקל, אבער פארט א אינגערמאן פון קרית יואל הבירה א בנש"ק מיט א פלאטשיגער הוט, און ווי נאר ער האט באמת געוויזן וואס ער קען איז ער ל"ע געווארן גע'פסל'ט. לאמיר נישט דארט אריין קריכן) מיט די פארמאכטע רעקל מיטן הוט אן קיין שום תנועה פון מיט לעבן מיטן מצב הסביבה וואס ער האט זיך געפונען, נאר אזוי איז אפשר געווען מעגליך צו פערפארמען, פארשטייט זיך נאר ביי היימישע בעל בתישע עהרליכע באשיידענע אויפרייסערישע שמחות. ווייל זייער תמימות און באשיידענהייט האט דאס צוגעלאזט.
זענט איר מיט מיר ליינער, האט איר אן אנונג פון וואס איך רעד בכלל?
וואס האט זיך געטוישט אין די לעצטע 10-15 יאר