וואוטס, אלעקשאנס, מאי האי. וואס איז דאס און ווי אזוי ארבעט דאס?

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,775
אומגעפערטיגט!!
קום צוריק פאר אפדעיטס
כדי צו פארשטיין דעם גאנצען וואוטינג סאמעטאכע וועלן מיר בעז"ה מסביר זיין אין קורצן דעם גאנצען פראסעס, ווי אזוי עס גייט צו פון אנהייב פון ווען דער קאנדידאט ועקט זיך אויף אז ער/זי וויל/מסכים צו זיין דעם קאנדיטאט ביזן סוף בס"ד.

מהלך איינס:
  • יענקל חלומט זיך ביי נאכט אז ער וויל זיין די פרעזידענט אין די יונייטעד סטעיטס. ער וואטשט די יוטוב קליפס, ער זעהט ווי מען זיצט אין שיינע קעדילעקס, לעלוס פון אונטען און אויבן. ער טראכט איך וויל דאס האבן ווי אזוי גייט ער דאס מאכן ?
מהלך צוויי:
  • א פארטיי, אדער א גרופע איז מחליט אז דער און דער איז א גוטער מענטש צו שטופן זייער אגענדע פאראויס, און בעטן דעם יעניגן צו מסכים זיין אריינצו גבן זיין קאנדידטור, מיט די גרופע'ס שטיצע וועל זיי שטיפן דעם קאנדיטאט צופם פלאפארמע מיט געלט כדי צו קענען האבן א טשאנס צו זיין אויף די סטעידזש.
וואס איז דאס פארטיי, אדער גרופע ?
  • פארטיי
    • א גרופע פון מענטשען וואס זענען מער ווייניגער אין איין דעה און נושאים ווי מער פרייהייט, פיינעסעס, ספענדינג דעמאקראטיע, וכדו' נעמען זיך צוזאם מצור החלמיש נעמען זיי אויף זיך א פירער וואס זאל אראנעזירן די גרופע צו שטיפן זייער אגענדע און פארנט פון דעם פובליקום. די גרופע נעמען אויף א קאנדידאט און העלפן דעם קאנדידאט צו אנקומען צו די לידערשיפ אפיסעס דורך אלעקשאנס וכדו' כדי צו אימפלעמענטירן די שיטות אין די פאלעסיס פון די מדינה

  • איידיאלידזשי
    • די פרינצפלס פון די גרופע ווערן אויסגעארבעט צווישען די טאטעס פון די פארטיי זייער אנטשויאינגען קלאר אראפ געשריבען מיט קלארע גיידליינס אויף א יעדע'ס איינציגער קלייניגקייט אין די שיטה.
    • און דאן די ברייטע אדזשענדע פון די גרופע

  • ארגעניזאציע, און סטראקטור
    • לידערשיף
      • וואס איז די תחלית, און ווער איז דער לידער און וואס איז זיין ראלע.
    • פאזיציעס
      • ווער זאל זיין טשעירמאן פון די ארגענעזאציע
      • טרעזשארער
      • סעקרעטאר
      • די אלע ענען די אחראים פאר די פאזיע פון די פארטיי / ארגענעזאציע און זייער שיטות און מעסעדזשעס

  • קאמיטעי'ן צו האנדלען די דעטאלן וואס די לידערשיפ די עקזעקיוטיוו טיעם האט ארויס געשטעלט. דאס איז קולט
    • קאמפיין סטראטעגיע
    • קאמיוניקאציע
    • שאפן די נויטיגע פאנדן
    • און גיין טרעפן די וואוטערס צו וואוטן פאר די קאנדידט וואס די פארטיי שטעלט ארויס

  • לעגאלע ראיקוויערמענטס
    • רעגעסטרירן די פארטיי צו די פעדעראלע אינסטיטוציעס וואס דאס מיינט געווענליך ווי פריער דערמאנט די פעדעראלע באורג אף אלעקשאנס די FEC
    • און ווי אויך דארף מען זיך צו שטעלן צו די שטאטן צתו זייערע אלעקשאנס געזעצען

  • מעמבערשיפ ריקרוטמענט
    • אין מלך בלא עםץ איז נישטא קיין מעמבערס האסטו גארנישט פון די גאנצע פארטיי, איינע פון די גרעסטע עבודות שבפארטיי איז די מעמבערשפ רקירוטמענט
    • דאן דארף מען אויף שטעלן א מעמערס בעיס ווי די וואלענטירן ארבעטער זאלן האבן ווי צו גיין און באקומען סאפארט ווען נוטיג

  • פאנדרעיזינג און רעסארסן
    • פאנדרעיזינג סטראטעיגיע צו דעקן די פארטייס אקטיוויטעיטן
      • קאמפיינס
      • עדווערטטיזינג (מען קען נישט ניצען PIVOT)
      • אדמיניסטראציע קאסטן
        • נדבה'ס פון אינדיווידואלן
        • פאנדרעיזינג איווענטס
        • קאנטריביושענס פון ארגאנעזאציעס וואס זענען באותו בשיטה אבער שטעלן נישט ארויס קיין קאנדידאט וכדו'

  • אלעקטארל פערטיסיפאציע
    • אנדענטעפיצירט קאנדידאטן פאר לאקאלע שטאטן און די נאציאנאלע עלעקשאנס. (עס קען זיך ווענדן אין א יעדעס סטעיט ווי אזוי זייער פראסעס גייט צו קאקוסען, פריימערי'ס אדער קאנווענשאנס. סוכ"ס זענען די אלעקטארלס ווער עס שטימט נאך די נאציאנאלער אלעקשאן דעי ווי מען וועט באלד זעהן.)
    • אנמאל דער קאנדידאט איז אלעקטעד אין די פריימעריס, קאקוס וכו' הייבט זיך אן א פרישער מערכה פון קאמפיינינג דאס איז שוין פאר די לעצטע ראן פארן בענקל. און אלעס איז חוזר חלילה לגבי קאמפיינונג און פאנדינג איווענטס וכו' וכו' (ווי פריער געשריבען חזרט זיך נאכאמאל איבער)

אזוי ווי מיר האבן אזוי פיהל דיטעילס אריין געלייגט און די פארמאציע פון א פארטיי לאמיר שנעל געבן אלויף איבער די גרויסע פארטייען אין די פאראייניגטע שטאטן כדי בעסער צו פארשטיין וואס מיר האבן געשריבען ביז אהער און ווי דער ארטיקעל וועט ווייטער לויפן.
אין אמעריקא זעלבסט איז דא צוויי גרויסע פארטייען וואס די צוויי פארטייען זענען נאך מיום הולדה פון די מדינה'ס אמעריקא וואס איז א פאראייניגוג פון 50 מדינות (דאס איז אויך אן היסטאריע און אן אנדערסטענדיג לכש' אי"ה)
  • דעמאקראטישע פארטיי
    • פראגרעססיווע
    • ליבעראלע פאלעסיס

  • רעפאבליקאנער פארטיי
    • קאנסערוועטיווע און רעכטע איינשטומונגען. די קאר פרינציפטן פון דעם איז
    • לימיטעד גווערמענט
      • גאווערמענט זאל נישט זיין פארמישט אין די אקאנאמיע, און אין די סאציאלע ווירדען פונעם לאנד. ד.מ. אז די מארקעטס זאלן זיין פריי א יעדעס בירגער האט רעכט צו פארדינען אויף סיי וואספארא אן אויפן אין סיי וואספארא אינדאסטרי. ובכן סאציאלע זאל די גאווערמענט נישט זיין פארמישט און די פרייהייט זאל ליגן ביי די בירגער ווי אזוי און וואס זיך אויף צו פרין סאציאל דאס נעמט אריין אריין פארשידענע געזעצן פון מערידזש וכהנה.

  • טריציאנאלע ווירדען
    • עמפעסיס אויף די וויכטיגקייט פון אנהאלטן קולטור, ריליגיע, און מאראלישע ווירדן

  • פיסקעל אחריות
    • באלאנסירטע באדזשעט, רעדוצירטע חובות באלאנס, מינימיזירטע טעקסעס

  • שטארקע נעציאנאלער דיפענס סיסטעם
    • אינוועסטירן אין א שטארקע ראבאסט מילטערישע אנוועזענהייט צו באבאכטן די אמעריקאנער אינטערעסעס און באזעס ארום די וועלט

  • פערסאנעל אחריות
    • די מענטשהייט זאל זיין אחריות אויף זיך און זיין זעלבסטשטענדיג נישט דארפן אנקומען צו די הילף פון די גאווערמענט אויף זייערע געברויכען בכל עת ובכל זמן, נאר לעת מצאו.
  • די רעכטע פליגעל פאלעסיס זייער ענליך צו ריפאבליקען אבער אביסעל מער אגרעסיוו
    • אקאנאמיע פאלעסי
      • נידערן טעקסעס
      • דירעגיולאציע (נישט א יעדעס זאך זאל זיין קאנטראלירט און רעגיולערירט ביי די גאווערמענט)
      • אפענע מארקעט אין א יעדעס אינדאסטרי. (די גאווערמענט איז נישט קיין ביזענעס, ביזנעס און סערוויסעס באלאנגען פםאר די מענטשהייט)
      • אפאזיציע פאר גאווערמענט פארשווענדענישען
    • סאציאלע פאלעסיס
      • פרא לייף (די עבארשען בען צו נישט ערלויבן צו עבארטן א פיטעס, א ולד במעי אימו)
      • נישט ערלויבן מערידזש רעכטן (ווי פיילן דזשוינטלי וכדו') פאר פארפעלקער וואס באשטייען נישט פון א מאנספערזאן מיט א פרוי. דאס מיינט א צוויי מענער קענען נישט באקומען קיין מערידזש לייסענס כדי צו ווערן אנגערופן א חתונה געהאטע פארפאלק. און יונק זיין פון די בענעפיטן וואס א חותונה געהאטע פארפאלק האט.
    • געזעץ און ארדענונג
      • שטארקע געזעץ היטער איינריכטינגען
      • לענגערע און שטרענגערע תפיסה טערמינען (עס זאל פארגיין די אפעטיט אין אפטוהן מעשים תעתועים)
    • עדיוקעישאן
      • א יעדעס מענטש זאל קענען שטודירן און שיקן זיינע שעפעלעך שטודירן אין וועלעכע שולע ער זי וויל
      • טשארטער סקולינג זאל זיין ערמעגליכט און סענקשאנד (טשארטער סקול'ס מיינט אז א יעדעס סקול פםארפיגט אויף זיין אייגענער קעריקיולעם, און ווערן נישט קאנטראלירט ביי די גאווערמענט וואס און ווי אזוי צו לערנען אין די סקולס)
    • אימיגראציע
      • שטרענגע אימיגראציע פאלעסיס (פארשיקן אן איינוואוינער וואס איז דא אין די מדינה אומ-לעגאל אן קיין אונטערשייד פארוואס, ווען, און ווי)
      • שטרענגע און שטייפע בארדער קאנטראל און געזעצן
פון דעם חלום ביז מן זעהט זיך אינעם ווייסן הויז איז גאר א שווערע לאנגע מערכה כבידה ולאו כל אדם זוכה צו אפי' אנקומען צום ערשטען דעבאטע סטאנציע ווי דארט זעהט דאס פאלק וואס די ווילסט פירן צו עס איז בכלל דא אן הוה אמינא.
אבער בעפאר די דעבאטע איז נאך אלץ דא א לאנגע פרוצעדור.
א יעדעס אמעריקאנער סיטיזען פון געבורט און וואוינט שוין איבער 14 יאר און אויך איצטערט אין די יו. עס. און איז אריבער די 35 יאר פון זיין געבורט קען אריין געבען זיין קאנדיטאטור צו אפערן זיינע סערוויסעס פאר די קאנטרי וואס ער וויל אזוי שטארק סערווירן. די דעמאקרעסי גייט איהם/איר בנפשו/ה און ווען איך וועל זיין די פירער וועט אלעס זיין גוט.
ווען איינער מאכט די החלטה, און ער קומט אדורך די אלע תנאים ווי פריער דערמאנט, וועט ער/זי געווענליך פארמירן א קאמיטע פון געלערנטע מענטשען וואס זאלן שאצן צו ער/זי האט בכלל א טשאנס אנצוקומען צום סטעידזש פון די גרויסע קינדער. אז דאס גאנצער פאלק זאל זעהן אז ער/זי איז א ריכטיגער קאנדידאט צו זיין די פירער פון די שטערקסטע מעכטיגסטע לאנד אין די וועלט.
דאן וואס דער קאמיטע און וואס דער צוקונפטיגער מחותן טראסט אז זיי ווייסן וואס זיין רעדן און זייער אפשאצונג זאגט אז זיי האבן א טשאנס. ערקלערן זיי זייער קאנדיטאטורשאפט מיט א שטעיטמענט צו די פעדעראלע אלעקשאן קאמיטע FEC דאס איז די ערשטע סטעף צו אריין גיין אין די סאמעטאכע פון קאמפיינען. אן די קאמ]פיין קען מען זיך נישט ארויס לאזן אויף די יארכע צו שאפן געלט פאר די מיליאנען וואס דאס קאסט אף, און עס קען געווענליך נישט ווערן געצאלט דורך די קאנדידאט אליינס ווי מיר וועלן שפעיטער אריין גיין.
די חתונה הייבט זיך אן מיטן בויען א גאנצע סוויטע מיט א קאמפיין מענעדזשער, סטרעטעגיסט, צענדליגע וואלענטירן, און קאמיוניקאציע סטעפערס. צוזאמען ארבטן זיי אויס א געמיינזאמער פלאן ווי אזוי צו קאמפינען מיט די מעסעדזש פון די פאזיציע, און די וויזיע וואס דער קאנדידאט וועט ברענגן צום טיש פארן פאלק, און פארוואס עס לוינט זיך פארן פאלק צו שטימען פאר דעם קאנדידאט. דאס וועט זיין דעם יסוד אויף וואס די קאמפיין וועט לויפן אויף.
פאלגענד איז די פראסעס. מיר וועלן בעז"ה אריין גיין אין איינס נאך איינס .
  • פאנדרעיזינג
  • פריימערי קאקוסעס סעזאן
    • פריימערי
    • קאקוס
  • נעשאנאל קאנווענשאן
  • וואוטער אינגעידזשמענט
    • דיבאטעס
    • ראליס און איוענטס
    • מידיע אויפטריט
    • דידזיטאל מארקעטינג קאמפיינס
  • די דזשענעראל עלעקשאן קאמפיין
  • דעם גרויסען טאג פון די אלעקשאנס, און ביאנד
    • ציילן די שטימען
    • סעטרטיפייען
    • טראנזישאן
    • אינאגערעישאן
  • די אלעקטארעל קאלעדזש
    • זייער ראלע אין די וואלן
    • אלעקטארס
    • די מיטינג פון די אלעקטארס
    • קאנגרעשינאל סערטיפיקאציע
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top