ו"נסלח"

ערפל

מאדעראטאר
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
אפר. 14, 2024
מעסעדזשעס
28
רעאקציע ראטע
302
ביסט מיך מוחל?

כ'קום צו דיר יעצט, איינמאל א יאר, ווען ס'איז דיין אוועקגעשטעלטער זמן דערפאר, דיר צו בעטן מחילה.

כ'ווייס אז דו ביסט אלעס — דער מקור פון מיך און אלע מיינע איבערלעבענישן, דער וואס באשאפט מיך און מיין רעאליטעט יעדע רגע.

דו האסט מיר אזויפיל גוטס געטון. דו האסט מיר געגעבן מיינע שענסטע מאמענטן, מיינע הנאות און עקספעריענסעס, מיין סיפוק, ליבשאפט, שטאלץ, האפנונג, זיכערהייט און גליק.

יא, ס'איז אמת אז דו האסט מיר אויך געגעבן מיינע שווערע מאמענטן. מיינע סטראגעלס, מיין פיין און הארצוויי, מיין גילט, שעים, כעס, פחד, צעמישעניש און חרטה.

בעצם האסטו מיר אבער גארנישט "געגעבן". נישט פארהאן דא קיין "נותן" און "מקבל"; דו זעלבסט שפילסט ביידע ראלעס. איך מיט דיר זענען איינס און דאס זעלבע. אייגנטליך, דו נעמסט נישט, דו געבסט נישט, דו באשאפסט נישט — דו "ביסט" בלויז. מיר זענען בלויז.

דו קאנטראלירסט אלעס — בלויז ווייל "דו" מיט "אלעס" זענען סינאנים. די רעדע איז פון דער זעלבער זאך. דו באשאפסט מיך און ביסט מיך מחיה יעדע רגע — בלויז ווייל זמן, מקום און נפש זענען אלע פינגער אפדרוקן פון דער זעלבער "איז".

און דו האסט דיך איצטער געפארעמט אין א געפיל פון שפירן אז "איך" וויל מיט "דיר" זיך דורכקומען. די איבערלעבעניש אז ס'איז דא "עפעס" "אינדרויסן" מיט וועם כ'וויל מיך פאראייניגן און לעבן בשלום.

אלזא, טו מיך/דיך א טובה און זיי מיך/דיך מוחל. לאמיר לעבן בשלום און פאראייניגט פון דא און ווייטער.

ו"נסלח" לכל עדת — זאל שוין "ווערן אפגעטון" די סליחה. זאלן מיר אנערקענען אז ס'איז נישטא קיין ראובן וואס פארגעבט פאר שמעון; ס'איז קיין ראובן, קיין שמעון און קיין חטא מעיקרא נישט געווען.

און אט אזוי פארעמט זיך אן אינטואיטיווע אוניווערסאלע "ונסלח" — עקזיסטענץ ווערט פארגעבן.

א גוט געבענטשט יאר, מיין קאנטשעס.
 
נשמה׳דיג, הערליך, שיין!

א גוט יום טוב דיר און א גוט געבענטש יאר אונזער אלעמענס קאנטשעס, ונסלח לכל עדת בני ישראל ולגר הגר בתוכם, און אויך פאר די מיספיטס בתוכינו, כי לכל העם בשגגה ווייל יעצט לעבן מיר אלע אין א מיספארשטענדעניש.
 
די רב האט גערעדט פאר נעילה אויף די חשיבות פון מוחל זיין יעדע איד און ער האט געזאגט
Everyone in this room has someone to forgive

כ'האב געטראכט און געטראכט, כ'האב באמת נישט קיינעם וועם כ'דארף מוחל זיין. (כ'רעד אין יענע רגע, לויט מיין מצב רוח דאן) כ'האב באמת נישט קיין שווער הארץ אויף קיינעם.

ביז כ'האב זיך געכאפט כ'דארף נאך מוחל זיין זיך אליין.

אלזא, טו מיך/דיך א טובה און זיי מיך/דיך מוחל. לאמיר לעבן בשלום און פאראייניגט פון דא און ווייטער.
 
דר. שירה בּילעט זאגט במשנתו של דר. הערמאן כהן:
“He sees in the relationship to God, in the process of atonement, a central aspect of what can give us hope. First of all, we're not inheriting the sins of our ancestors, ala Ezekiel 18, so we have the ability to carve out our own path. Second of all, the fact that God is not human and that God has the ability to kind of transcend our imperfection and that God will forgive us

And again, what this means for Cohen is really, in a certain sense, us forgiving ourselves. It's complicated. In any case, these notions give us the ability to continue to pursue self-perfection, to continue to pursue atonement.

And he thinks that the moment of forgiveness is momentary. It's this high where we have a kind of epiphany, where we think like we've done, we've repented, we've imagined how we want to be our best selves. We've committed to it​
 
Back
Top