ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

וואס לוינט ענדערש, יופי קורס אדער די ריפרעשונג קורס?
דער עיקר איז א קורס , ווייל די עצם זאך אז מען נעמט עפארט צו אינוועסטירן אין א קורס, און עס ווערט א סובדזשעקט צו דיסקאוסען בין איש לאשתו איז דאס גופא א תועלת, וואס ברענגט קירוב הדעת פון אהבה ואחוה שלום וריעות ,עס איז א דבר טוב ומועיל -אין חכם כבר נסיון -.
 
די קונטרס זכו שכינה שרויה פון הרה"ג ר' משה עבער שליט"א
זכו שכינה שרויה - פנימי לרבנים ומדריכים.pdf
זייער א שטארקע קונטרס

נישט לאנג צוריק ביי הרה"ק רבי יענקעלעס יארצייט האט א חבר מיינער פארציילט די געשיכטעס פון ר' יענקעלע ווי עס ווערט געברענגט דא, און דער עולם האט שטארק הנאה געהאט...

זכו האט א געוואלדיגע זכות. איך האף אז די חתן מדריכים האבן עס טאקע דורכגעליינט און אנגענומען
 
ח״ו מען לערענט דו מעשה פשוט פשט עס איז זיכער דא העכערע ענינים וואס מיר פארשטייען נישט רב יענקעלעס כוונות
 
unnamed (23).webp
 
פארוואס דארף דאס קאסטען $200 דולר ?
סתם צורייטען אויפען ציבור ,
איז עס לייוו שיעורים? אויב יא איז עס זייער ביליג.
ער דינגט א פלאץ, און ער אליין ספענד 8 גאנצע נעכט פארדעם
 
איז עס לייוו שיעורים? אויב יא איז עס זייער ביליג.
ער דינגט א פלאץ, און ער אליין ספענד 8 גאנצע נעכט פארדעם
איז עס דען לייוו? פארוואס זאל אזא שיעור זיין לייוו?
מען זאגט אריין אין א רעקארדינג, אדער אפילו מיט ווידעאו, וואס עס איז דא צו זאגן.

הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה,
ער וויל טיטשען אפאר טעקניקל און פראקטישע עצות, פאר דעם דארף מען נישט קיין קלאס בפועל.

עניוועי, אויב עס קאסט, מסתם האט עס די וועליו,
זאלן זיי האבען הצלחה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די שיעורים ווערן אויסגעהערט אויף די פאון.
 
פארוואס דארף דאס קאסטען $200 דולר ?
סתם צורייטען אויפען ציבור ,

אויב בעט ער ביליגער וועט קיינער עס נישט נעמען, הלמאי אז ער בעט ביליג מוז זיין אז ער טויגט נישט.

איך האב געהערט פון א שלום בית מאכער וואס האט געבעטן $150 א שעה בשעת די מארקעט האט געבעטן $250 א שעה, ווייל ער האט געפילט ווי $150 איז גענוג פאר אים און ער דארף נישט אפריפּן מענטשן, אבער דער עולם האט עם נישט גענומען ווייל "אז ער בעט נאר $150 מיינט אז ער טויג נישט", מה עשה הקב"ה? ער איז ארויף צו $250 און יעצט איז ער פוּלי בּאָקט.
 
ער קען מיר געבן די איבריגע הונדערטער
 
פארוואס דארף דאס קאסטן $200 דולר?
סתם צו רייטן אויפן ציבור
די פרייז פון א זאך ווענדט זיך אין סופליי און דימענד.

אויב איז דא א ציבור וואס איז גרייט צו צאהלן די פרייז איז עס ווערד די פרייז.
 
Back
Top