ועוֹד יוֹתר מאָצל

מאָצל נח טויב

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
3
רעאקציע ראטע
64
ועוֹד יוֹתר מאָצל



⚠️🦴 תּדשן־עצם אַלערט 🦴⚠️

"פַחַת וָפָח" — דער שפּאָגל־נייער "גרינער יֵצֶר־טוֹב #4" — שטורעמט אַריין אין "כוואַליעס" ווי א געטשקע אויפן וועג קיין תּרשיש. ביגלט אייך אויס דעם קיטל און אין פּאה מאַכט א קניפּל פאַר א טריפּל אויף א ריפּל בהשגחת מאָצל נֹחַ, א כּשר־לפּסח קיפּל מיט א ריח ניחוֹח אויף א הויך אינעם מוֹח און א רויך פונעם ניפּל — צעפראַסקעט אויף כּוֹח און צעלעכערט ווי א זיפּל. כ'וועל פּרעזענטירן אין דאָזיגן שנירל א פּאָר ועוֹד יוֹתר טויבּ רעטענישן וואָס שטאַרצט דאָרט אַרויס "צווישן" די שורות. אדרבא, זייט איר דער בָּרוּך צו מיין בֶּערְל.


פָח־רעטעניש #1
יוֹנָה מָצְאָה שרייבט: " ... די פאָרכטיגע רויטע באָרד בלעזלט נאָך מיט מקווה־וואַסער און שלאָגט א שאַרפן כלאָר ווייט א פּרסא אַנדערהאַלבן; די פּאה־געהענגלעך גלאַנצן נאָך אַרויס פון באָרד מיטן גאַנצן גרינעם געבאַקן־נאָך־פּסח, באַשפּרענקלט מיט אַביסל קמח־ישן, און פאַרקעמט טיף אין די שוואַרצאַפּלען אַריין וועלכע פלאַקערן אויפן באַשאַף ווי מוֹצאי טוץ יאָרן אין מערה — ס'פעלט די פּאוֹת בלויז א האָר גראָד פאַרברענט צו ווערן … "​

צֵא וּלְמַד: אויב ס'פעלט די פּאוֹת בלויז א האָר, דאַן איז געדרונגען אַז ס'פעלט פּער פּאה בלויז א האַלבע האָר (צי בערך, אויב אומסימעטריש). ווייטער, די שוואַרצאַפּלען זענען דאָך אויך א פּאָר, ממילא איז געדרונגען אַז ס'פעלט פּער שוואַרצאַפּל בלויז א פערטל האָר. קומט דאָ לֵוִי, פליקט אַראָפּ ס'בענדל פון א באַקס בני־תּוֹרה, און אַנטבלויזט די מַצוֹת: אויב ס'פעלט די פּאוֹת א האָר און שוואַרצאַפּל בלויז א פערטל האָר, שמע מינה אַז ס'עקזיסטירן אַזש פיר שוואַרצאַפּלען פּער יעדער פּאָר פּאוֹת — פָח!

די רעוואָלוציאָנערישע פּאַראַדיגמע, איבריג צו באַטאָנען, שפּריצט אַריין א כאַאָטישן שטראָם קאָמפּליקאַציעס און אימפּליקאַציעס אין טאָג־טעגליכן לעבן — פילאָזאָפיש, מאַטעמאַטיש, וויסנשאַפטליך, גראַמאַטיש, וואָכילו־וויכילי־וועכילי. דער פאַרצווייגטער פּראָצעס פון רעאינזשענירן די מענטשליכע אַנאַטאָמיע און פיזיאָלאָגיע קען זיך פאָרט אַביסל מתמהמה זיין און אַריינבלאָזן ספיקות ביי שוואַכע מאַטעמאַטיקער. קומט דאָ לֵוִי נאָכאַמאָל און דעמאָנסטרירט דעם געניאַלן שמע־מינה מיט א יַחַץ צו דער זעלבער מיטלסטער מצה: ס'עקזיסטירט בלויז אַן איינצלנע פּאה פּער צוויי שוואַרצאַפּלען. אין אַנדערע ווערטער: דער גאַנצער באַגריף פון א פּאָר פּאוֹת איז שקר — טאָפּל פָח!

דער טערמאָדינאַמישער אַספּעקט שרייט דָרְשֵׁנִי העכער פון יעדן — ווט"פ איז בכלל שוואַרצאַפּל־פייער? ערשט מוזן מיר עקזאַמענירן די באַשטאַנדטיילן פון אויג: כּמעט אינגאַנצן וואַסער. גוד־לאָק פאַר א גוטן פייער־קאַנדידאַט. ס'אויג, נאָכן איינזאַפּן א סך היץ אַרויפצוטרייבן די טעמפּעראַטור, הייבט אָן קאָכן ביי הונדערט צענטיגראַד. ווען ס'גרייכט א ברענעוודיגע טעמפּעראַטור איז עס שוין דעהידרירט און מער ווייניגער דעקאָמפּאָזירט — ס'עקזיסטירן שוין נישט קיין שוואַרץ און נישט קיין אַפּל. די פאַרקוילטע איבערבלייבענישן = יאָ אַביסל שוואַרץ. בקשה ואזהרה: עקספּערימענטירט דאָס נישט אינדערהיים.

מיר רעדן דאָך אָבער פון א פּאָוסט־מערה פענאָמען, סטופּיד — די שוואַרצאַפּלען פלאַקערן, א קשיא אויף א מעשׂה. פאַרגעסט נאָר נישט אַז א קשיא־פאַרבאָט אַליין באַרייכערט (!) אונז נאָכנישט מיט קיין שום אינפאָרמאַציע. מאַנכע קלערן באַלד פון ציען א פּאַראַלעל צו כעמישע רעאַקציעס אָפּגעפייערט דורך די אויגן פון ר' שמעון ובנו — ל"ג־בעוֹמר פייער טעם־אַלערט — א דאָקומענטירטער פּרעצעדענט נישט בלויז פאַר שוואַרצאַפּל־פייער, נאָר, קאָאינצידענטלי, אויך מוֹצאי טוץ יאָרן אין מערה — בינגאָ, ניין?

ראָאָאָאָנג! (בנוסח הפּרעזידענט). יעדער בר־נש מיט א כּזית שׂכל פאַרשטייט ווי נאַריש ס'איז צו פאַרגלייכן די דינאַמיק פון א ראָציגן בשׂר־ודם מיט אַזוינע ליכט־טורעמס. כ'מיין, וואָס קומט נעקסט, א וויסנשאַפטליכע פּאַלמעסונג אויף איבערנאַטירליכע דאָקומענטאַציעס אין תּנ"ך? ליתר שׂאת טאַנצט דאָ רְאוּבֵן צוריק אַריין אָנצוצייגן ווי שנעל לייענער האָבן אָפּגעקויפט אַן אָנגעבליכן שִׁמְעוֹן־פּרעצעדענט באַזירט בלויז אויפן פּראָדוקט — שטייט דען אַז די אויגן זייערע האָבן געפלאַקערט? פילייכט האָבן זיי פּשוט אַרויסגעשאָסן סאָפיסטיקירטע היי־ענערזשי (ג)לעזער ביעמס צי אפילו פאַרצייטישע ראַקעטן.

די האָר־סיטואַציע, כאָטש צעפאָכעט, איז גרינגער אויסצורעכענען. קוֹדם, די פּאוֹת דאָ זענען נאַס, ממילא פאַרלאַנגט זיך מער ענערגיע זיי אָפּצוברענען — שוין ווייטער וואַסער? לאָמיר לייגן דעם רעאַקטיוון כלאָר אין א זייט; פון א כעמישער פּערספּעקטיוו איז דאָ א סברא צו זאָגן אַז ער מאַכט בעסער און א סברא אַז ערגער. קמח־ישן (שופּן, פאַר די מעטאַפאָריקלי־טשאַלענזשט) פאַרשנעלערט די שׂריפה ווען אויסגעטריקנט אָבער פאַרקערט ווען נאַס. הפּנים, די דורכשניטליכע טעמפּעראַטור פאַר האָר־ברענעריי איז עטוואָס העכער פון צוויי הונדערט צענטיגראַד און פון דאָרט פאָרן שוין זאַכן במהירות.

אָט דאָ רייסט זיך יְהוּדָה אַריין מיט דער געשוואָלענער איבעיא: היוֹת די אויג־טעמפּעראַטור איז דאָך פון אונז פאַרהוילן, יתּכן אַז ס'פייער פּער שוואַרצאַפּל איז מתּחילה בכלל נישט גענוג הייס צו פאַרברענען אפילו א פערטל האָר, משא"כ די טעמפּעראַטור און פייער־קאָנצענטראַציע פון די שוואַרצאַפּלען קאָמבינירט, כאָטש נישט טאָפּל, קען לויט די אומשטענדן און אַרומיגע פאַקטאָרן יאָ גענוג זיין צו פאַרברענען א פערטל, האַלבע, אָדער גאָר גאַנצע האָר. צי זאָגן מיר דאַן הוברר הדבר למפרע אַז ביים דערמאַנען שוואַרצאַפּלען רעדט מען דווקא פון צוויי שוואַרצאַפּלען פּער אפילו א פערטל האָר, אָדער ניין, דער טעאָרעטישער "שיעור" פון א פערטל פּאה פּער שוואַרצאַפּל בלייבט ווייטער וואַליד אין יעדן פאַל? ועוֹד, ממשמע שנאמר "גראָד פאַרברענט צו ווערן," איז געדרונגען אַז דער ביעור־עקוועשאָן איז דווקא א לינעאַרער?

פָח־רעטעניש #2
יוֹנָה מָצְאָה שרייבט: " 'מ'דאַרף טון,' האָט דער יצר־טוֹב זיך געפעדערט צו אַדרעסירן מיילעך שיע'ס באַדרענגענישן — 'מ'דאַרף נישט אויפטון!'

'מ'דאַרף טון וואָס און וויאַזוי?' האָט מיילעך שיע זיך געעגבערט איבער די קריפּטישע און פּאָעטישע טענדענצן פונעם יצר־טוֹב — 'מ'דאַרף טון ווי די עצוֹת פון די עלטערן אָדער טון ווי מ'פאַרשטייט?' "​

צֵא וּלְמַד: דער יצר־טוֹב ווערט דאָך געבוירן ביי דער בר־מצווה, בעת וואָס א תּפילין־בייטל קויפט מען פאַר דער בר־מצווה. ווי קען זיין אַז דער יצר־טוֹב האָט אַדרעסירט די באַדרענגענישן אין מיילעך שיע'ס געוויסן איידער ער האָט אפילו עקזיסטירט? לימא אַז א פעטוס האָט יאָ א דין ווי א געבוירענער? אויב א פעטוס האָט טאַקע א דין ווי א געבוירענער, הייבט זיך די פּריווילעגיע אָן ממש ביי קאָנצעפּציע? אויב די פּריווילעגיע הייבט זיך טאַקע אָן ביי קאָנצעפּציע, ווען בכלל איז די קאָנצעפּציע, ביי דער מענטשליכער קאָנצעפּציע? ארבעים יוֹם קוֹדם? געבורט? אָפּשערן? חומש־סעודה? צען יאָר? און אויב די פּריווילעגיע הייבט זיך נישט אָן ביי קאָנצעפּציע, ווען דען? דאַרפן טאַקע פופציג שטאַטן + קאַנאַדע + גרינלאַנד + הלכה + קבלה באַזונדער און אַנדערש דעצידירן, אָדער איז פאַראַן עפּעס א פעדעראַלער קאָנסענסוס? און ביי וועלכער פאַזע אין טראָגעלטער הייבט ער אָן רעדן?

קענען אייערע תּירוצים אויסכאַפּן תִּשְׁבִּי'ן? אויב נישט, אדרבא, וועלן מיר פאַרגלייכן די ענטפערס אויף דער איינס־ביז־צען וואָג פון בָּרוּךְ שֶׁכִּוַּנְתִּי'ן. תּירוצים אַז די משנה דערקלערט קלאָר אַז פּאה פאַרמאָגט נישט קיין שיעור, אָדער אַז פון טאָפּל פָח איז געדרונגען, וכדו', ביטע איבערלאָזן פאַרן יוֹם־הַשִׁשִׁי פונעם פּורים־רב — "כ'ברויך נישט דאָ קיין לצנות און שׂחוק וקלות ראש. ס'איז צייט אָנצוהייבן צייגן אַביסל ערנסטקייט."

"פַחַת וָפָח" וועט לכאוֹרה דערשיינען אין ליטעראַטור/פיקציע אָפּטיילונג פון "כוואַליעס." די הייסע וואַרע זיינע בלעזלט אָבער מיט א ווילדן ערוֹב פון כוואַליעלענגען — א מיקראָקאָסמאָס פון "כוואַליעס" גופא:

תּוֹרה: וּנְשַׁלְמָה פָרִים בַּזְמַן הַזֶה — במשנתוֹ פון א חסיד אומוֹת העוֹלם.

הלכה: לֵישֵׁב בַּסֻּכָּה בִּתְּקוּפַת תַּמוּז.

מחשבה: ר' עקיבא'ס משל פאַרשטילט דעם רוימישן אויבער־חכם.


ביאָלאָגיע: בִינָה'לאָזער שֶׂכְוִי: "אָרטאָדאָקסיע אַרום בִּרְכוֹת־הַשַׁחַר טעאָריע איז אינטעלעקטועלע דאָגמע."

כעמיע: מעטאַפיזישער סוֹד: וַתּוֹסֶף אֶסְתֵּר דווקא יאָ רעאַקטיוו מיט נאָבעלע גאַזן — רעווא דרעווין.

מאַטעמאַטיק: אויטאָנאָמישער גִּיגִית אַקסיאָם — קאַנט, גאָודל, טורינג, און אהרן שלמה טענעבוים.

פיזיק: וויגפערדל אין הויף פון חדר קנאַקט קינד'ס ציין אין עפּל אַריין, דעמאָנסטרירט ניוטאָנ'ס טעות.


אַוויאַציע: אֲהָהּ עָלַי אוֹיָה — "מעידעי! מעידעי!" וואַרפט רבינו ניסים אונטערן עראָפּלאַן.

געאָגראַפיע: באהלי צדיקים צווישן קאָסוב און קיטוב.

העלט: בעל שם טוֹב'ס קוואַל.

טעכנאָלאָגיע: 5X האָניג־אַדהעזיע־רעטענשאָן פאַר רונדיגע חלוֹת.

פּסיכאָלאָגיע: דערשלאָגענער יפה־טויער לאָזט זיך אַרויס אויף א הילינג־דזשורני.

פיטנעס: וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ אִמְרֵי פִי: פליישיגע בעקיטשע פּראַקט אויס שיינקייט אויף צדיק'ס קבר.



אַנטיסעמיטיזם: סומאַטאָכע אין אַניפּולי.

ביזנעס: היסטאָרישער זשי־ענד־זשי סעיל איבערראַשט וואָל־סטריט — געמישטע רעאַקציע פון פעד.

געזעלשאַפט: וואָס סיליקאָן־וואַלי קען זיך לערנען פון אונזערע האַפּטישע אימפּולסן אויף קינד'ס באַק.

היסטאָריע: די קוטשמע אונטער דער בריק.

טי־עם־זי: שׂטן ברעכט זיין שטילקייט און גיסט אויס בעבלעך איבערן באַרדיטשובער.

מאחוֹרי: מכּה בפעטיש.

פּאָליטיק: שבת־הגדוֹל קעגן גאַרבעזש־פּיקאָפּ רוטין.

פאַסאָן: ווייסע זאָקן פונעם "קאָנטינענטאַל קאָנגרעס" קעגן מאָדערענע לאַנגע הויזן.

קאָכקונסט: כּשר־זאַלץ צווישן טריפה'נע חזיר־פיסלעך.

שכּח פּרעזידענט טראָמפּ: פּלאַסטיק־שטרוי שטייט אויף תּחית־המתים — גרעיט עגען.


פּאָעזיע: בָּרוּךְ הַמַבְדִיל.

פיקציע: מיילעך שיע.

קונסט: קופּערנע קנאָספּן.

ועוֹד יוֹתר טוֹב, ועוֹד יוֹתר טוֹב, עד שיבלו שׂפתוֹתיכם מלוֹמר ועוֹד יוֹתר טוֹב. א גרויסער עסקן וועלכער פירט זיך צו עסן אייער אויך אינדרויסן פון שֻׁלְחָן־עוֹרֵךְ ראַמען האָט זיך אויסגעדריקט ביי אַן אסיפת־הרבנים: "דער אינהאַלטרייכער 'פַחַת וָפָח' וועט אייך שאַפן א שׂמחת יוֹם־טוֹב צי איר ווילט אָדער נישט."

"פַחַת וָפָח" — בנהוֹרא מעליא אין דער אומאָפּהענגיגער כוואַליע פון דער דענקערישער פּמליא, פּסח תּשפּ"ה הבעל"ט.
 

בייגעלייגטע פיילס

לעצט רעדאגירט:
ווען דער שר צבא לישראל קומט, קומט ער מיט א שטורעם!!!

מיין גאנצע גוף פילט אנדערש נאר פונעם תדשן עצם אלערט!!!
דאס הארץ לעכצט שוין פון יעצט פארן פסח כוואליע!
אבער ליינען גייט מען אין א פלאץ ווי כ'קען זיך ווארפן פון געלעכטער אהן באקומען בושות דערפאר!
א ריזן דאנק!!! ❤️
 
דאס דארף מען ליינען דריי מאל ביז מען הייבט אן כאפן וואס דא טוט זיך, וואוו יעצט פארשטיי איך שוין וואס מיינט שבעים פנים לתורה.
 
לעצט רעדאגירט:
דער מאצל'ענען האט שפראך 100/10
(איי וועט איר א פרעג טאן, ווי איז שייך הונדערט ווען ס'האנדל'ט זיך איבער א צען מאקס?! איז דער תירוץ, אז אויב מאכט מען פרישע ווערטער אן דע גאו ווערט די צען פארוואנדלט אין א הונדערט).

הומאר איז אפגערעדט אז ער איז דער קעניג פון הומאר, און אויב ווילט איר ארויסהאבן דעם חילוק פון מאצל'ענען'ס הומאר צו סיי וועלכע אנדערער הומאריסט, נאדיר.

בשעת וואס דער געווענליכער הומאריסט וועט זיך דארפן צובייגן צום ווערטל און דארפן צולייגן פעפער מיט זאלץ אז די ווערטל זאל פארמאגן גענוג לאַכ-שטאָף, וועט ביי מאצל'ענען זיין פונקט קאפויער, דער ווערטל וועט קומען מיט די גרעסטע מאס הכנעה, מיט א פולע בעג פון די לעצטע פריש געווארענע ווערטער פונעם אידיש'ן ווערטערבוך, און וועט זיך נעמען שפריצן די ווערטער אויף אלע ריכטונגען אזוי אז בלויז פון זען די ווערטער גופא קען דער חֵיך גיין קאפוט.

ממילא יעצט וואס מיר האבן דעם שפראך מייסטער וואס איז אויך קעניג פון הומאר איז נישט מער ווי גערעכט אים צו דאנקן פארן אונז מהנה זיין מיט דעם הערליכן שטיקל יצירה.

א דאנק אויף ביז אהער און ייש"כ פאר פון יעצט און ווייטער, כ'קען נישט ווארטן צו ליינען דיינע שריפטן.
🙏🤙🫵✍️
 
דאס דארף מעל ליינען דריי מאל ביז מען הייבט אן כאפן וואס דא טוט זיך, וואוו יעצט פארשטיי איך שוין וואס מיינט שבעים פנים לתורה.
כ'פאַרשטיי אַז דיין כּוונה איז צו קאָמפּלימענטירן, און מיין קאָמענט דאָ איז אינגאַנצן נישט דירעקטירט קעגן דיר. כ'בין אָבער דווקא אומאיינשטימיג מיט דיינע ווערטער. שרייבווערק אָנגעפּיקעוועט מיט דערנער פאַרלאַנגט זיך צו לייענען דריי מאָל צו קענען פאַרשטיין — ווען עמיצער פאַרצט אַריין א צעפאָכעט בינטל מחשבוֹת אין עטליכע שטומפּיגע שורוֹת, און צווינגט די אויגן פון לייענער זיך צו ספּראַווען מיט דער כאַאָטישער גראַמאַטיק און אומגעלומפּערטע פּונקטיר־צייכנס.

"ועוֹד יוֹתר מאָצל" איז דווקא גענוג קלאָר געשריבן צו פאַרשטיין ביים ערשטן מאָל. עמיצער וואָס פאַרשטייט נישט ביים ערשטן מאָל וועט לכאוֹרה אויך נישט פאַרשטיין ביים פערטן מאָל. כ'קען הערן אַז מ'דאַרף פּראָצעסירן דעם אינהאַלט געלאַסן און מיטן קאָפּ אויפן פּלאַץ. פיין, אַן אַנדער נקודה אינגאַנצן. א קאָמפּליצירטער תּוֹכן פאַרלאַנגט גיכער קאָנצענטראַציע ווי איידער סתּם לייענען דריי אָדער זיבן מאָל. ווער ס'איז אויסן בלויז אַרומצואוואַרפן ריזיגע פילפאַרביגע הוילע באָליס קען ווייטער בלייבן פּישן אין די נידריגע וואַסערן פונעם סווימינג־פּול — בכבוֹד רב.

פאַראַן אידן וואָס האָבן שוין אויסגעזאָגט תּהילים הונדערטער טויזנטער מאָל אין זייער לעבן און קענען נאָך אַלץ נישט קיין פּירוש המילוֹת. יאָ, לערנען תּהילים נעמט לענגער ווי זאָגן תּהילים. אָבער אויב לערנסטו תּהילים דאַן וועסטו פאַרשטיין ביים ערשטן מאָל, און אויב זאָגסטו תּהילים וועסטו נישט פאַרשטיין אפילו ביים טויזנטסטן מאָל. נישט אַז כ'פאַרגלייך חלילה צו תּהילים; פאַרקערט, תּהילים איז דווקא א שלעכטער ביישפּיל, ווייל פּאָעזיע פאַרמאָגט טאַקע א סך פּשטים. אָבער יו געט די דריל. ווי טראָמפּ האָט געזאָגט: "א סדר פון אַן עם־הארץ מאַכט טאַקע א רעש אין הימל, אָבער איך האָב ליב סדרים ביי וועלכע מ'דאַרף זיך נישט גיין אונטערהערן."​
 
@מאָצל נח טויב
Your metaphors and quick-witted references are a piece of art

א שאד איך דארף מיר נאר יעצט באקאנט מאכן מיט דיינע ווערק, זייענדיג אז איך בין אנגעקומען אין קאווע שטיבל נאר ממש צום סוף.

קרעמל איז מיין ריכטיגע היים. איך האב נישט קיין נאסטאלגיע קאשמארן איבער עפעס אן אמאליגע אלטע היים.

אין בין זייער פרייליך דיר צו האבן צוריק נאכן קריג דאהי...
 
גאונות! גאונות! גאונות!

לגבי די ערשטע רעטעניש מוז מען בע״כ זאגן אז ביי אזעלכע פרומע צדיקים ווי מיילעך שיע׳ס משפחה, גייט בוודאי אָן דאס וואס די גמרא זאגט בברכות לד: ובסנהדרין צט. אז ביי צדיקים גמורים איז (ישעיה סד ג) ״עין״ לא ראתה״ אלקים זולתך ע״ש. יעצט, פריער דארט אין פסוק א׳ זאגט דער נביא כקדח אש המסים מים תבעה אש, אבער דאס איז נאר ווען ס׳דא דעם ״עין״ וואס מאכט אט די אש, און ביי צדיקים גמורים דא איז דאך עין לא ראתה. און מיט דעם פארשטייט מען אז (ב״ק נ.) הקב״ה מדקדק עם הצדיקים כחוט ״השערה״ (ובפרט ביי ר׳ נחוניא חופר שוחין בענין מים) ע״ש. וויבאלד ביי צדיקים גמורים איז דאך ״עין לא ראתה״ וואס פון דעם איז דאך כח האש ביי זיי, איז אשר ע״כ האבן זיי נישט צו פארברענען קיין שום ״שערות״…

ולגבי די צווייטע רעטעניש קען מען זאגן אז די גמרא זאגט בסנהדרין צא: אז דער יצה״ר קומט נאר אריין אינעם מענטש משעת יציאתו לעולם ע״ש. און דער מהרש״א לייגט דארט צו אז עס קען יא זיין פון פריער במעי אמו דורך די יצה״ר פונעם מוטער ע״ש. ולפי״ז קען מען זאגן דאס זעלבע לגבי מיילעך שיע׳ס ״יצר טוב״ בעפאר זיין בר מצוה, והיינו אז דאס איז דא נאר מחמת די ״יצר טוב״ פון זיינע עלטערן…
 
Back
Top