כוואליעס ארטיקל ולמקומו לעולם לא תגיע

די ארטיקל איז ערשינען אין די ״כוואליעס״ אויסגאבע

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
248
רעאקציע ראטע
1,211
די שנירל עפען איך איבער מיין ארטיקל ״ולמקומו לעולם לא תגיע״ אינעם יעצטיגן ערשטן אישׁוּ פון ״כוואליעס״.

מעיקרא האב איך נישט געקלערט פון עפענען א שנירל, זייענדיג אז איך האב נישט געהאט קיינע ״שאר ירקות״ מיטצוטיילן דערויף. אבער כ׳האב געזעהן פון דר. יואל קרעמער, וואו ער ברענגט צו אז אין די געזעץ פון מדינת ישראל, וועלכעס איז מושפע פון משפט העברי, איז די געזעץ אויף אבּארשאן:
In the state of Israel, abortion laws are restrictive, permitting abortion only for the sake of a woman’s physical or mental health. A woman must appear before a committee, including a physician (in obstetrics and gynecology), another physician (a family doctor, psychiatrist, internist, or gynecologist) and a social worker, with at least one woman present on each committee
עמפאסיס מיינע.

אויף קאווע שטיבל האב איך געהאט געשריבן (במאחורי) איבער אבּארשאן בהלכה:

דער אגרות משה (חו״מ ח״ב סימן סט ועא) איז זייער מחמיר אין דעם אין אסר׳ט אבּארשאן מטעם רציחה (הגם מ׳איז פטור אם עבר והורגו). ער איז מתיר נאר אויב ס׳איז פיקוח נפש באומדנא של הרופא קרוב לוודאי, און נאר כשלא הוציא העובר את ראשו, אבער אָן דעם זאגט ער אז הוא צ״ע אם הוא ביהרג ואל יעבור (כהריגת טריפה) יעוי״ש באריכות (במה שחולק על השרידי אש ועוד).

דער שבט הלוי (ח״ז סימן רח), הגם ער אסר׳ט אויך, קריגט ער זיך אויף ר׳ משה אז ס׳איז נישט מסרך רציחה (עכ״פ לדעת הבה״ג רמב״ן והר״ן, ודלא כמו שמוקים האג״מ אליבן), און ער שרייבט ״ונפק״מ להתיר באופנים ידועים״ ע״ש.

דער בני בנים,(אין ח״ג סימן לח און לט) קריגט זיך אויף דעם און האלט אז פאר פערציג טעג איז גרינגער (ער שרייבט אבער אז נאך פערציג טעג איז עס אן איסור תורה). ער איז מתיר לצורך, אויב זי האט א צער גדול, און דורך א גוי און נישט א איד און שלא במעשה נאר ע״י שתיית סם. און אויב דאס קינד וועט ח״ו זיין א חולה אדער שוטה איז ער מתיר אפילו ע״י ישראל. ער שרייבט אויך אז זי מעג ווערן מעוברת אדעתא דהכי, אבער ביי יעדעס פאל עקסטער דארף מען א שאלת חכם ע״ש.

דער ציץ אליעזר (ח״ט סימן נא שער ג) קריגט זיך נאך ווייטער. ער איז מאריך אז די איסור איז נאר מדרבנן הגם אז די זוה״ק איז מחמיר בזה מאד. אין בח״ח סימן לו (אין זיין תשובה צום יביע אומר) איז ער מפרט די פוסקים אז די איסור איז נאר מדרבנן און נישט מטעם אביזרייהו דרציחה ע״ש, ובמקום צורך [גדול] יש להתיר (אויב דורך די הפלה איז נישט דא א סכנה צו די מאמע). ער גיבט א משל פאר א צורך גדול אויב זי וועט האבן בושה דורכדעם איר גאנץ לעבן (כגון שנתעבר עם ממזר) אדער שתטרף דעתה עליה (אפילו ווען עס איז נישט דא א פיזישע סכנה צו די מאמע דורך די עיבור בעצם.) און פאר פערציג טעג מעת שנתעבר איז גרינגער, און ביז דריי חדשים איז גרינגער ווי נאכדעם. (אין חי״ג סימן קב איז ער מתיר ביז זיבן חדשים אויב ווייסט מען אז די עיבור איז ל״ע א חולה ע״ש.) ער שרייבט אז ס׳איז בעסער אז די הפלה זאל זיין על ידי עצמה (בשתיית סם עיקרין). אויב איז דאס נישט מעגליך זאל דאס זיין דורך א [אידישע] פרוי דאקטאר, וואס איז נישט מצווה (לקצת פוסקים) אויף השחתת זרע וערבות. ס׳איז אינטרעסאנט, אז ס׳איז מער חמור פאר א גוי מפיל צו זיין אדער מפיל צו זיין א גוי׳טע. ער ענדיגט צו דארט דאין לנהוג קלות ראש בזה ע״ש באריכות.

אין חי״ג (סימן ק) איז ער מפלפל און ענטפערט אויף די טענות פונ׳ם אגרות משה ע״ש. ער רופט דארט אן די פּראָ-לייף פראקציע אז זיי זענען ״מתוקנים שבעומות העולם״, און אז מ׳זאל נישט מקיל זיין אין דעם גרינגערהייט ע״ש.

דער משנה הלכות (אין ח״ה סימן רלג, אין ח״ו סימן רד, אין ח״ט סימן שכח אין זיין תשובה צום לב שמחה, אין סימן שכט און של אין זיינע תשובות צום אגרות משה [אין סימן של איז ער דן בעיקר אין די לומדות פון חיות העיבור, ירך אמו וכו׳. וואס הגם דאס האט נישט אזוי ווייט א שייכות להלכה אויפ׳ן הפלה, מאכט דאס אבער בכלל אויס אלס א נפק״מ אין הגדרת ״חיותו״ פונ׳ם עיבור און אויב די הפלה איז כרציחה ממש שדנין בו אוה״ע. ועיין בח״י דדן אי תלוי הא בהא], און אין ח״י סימן שיא און שיב) קריגט ער זיך אויפ׳ן ציץ אליעזר און אסר׳ט הפלת עוברין מטעם רציחה, אפילו אויב דאס קינד וועט ל״ע געבוירן ווערן קראנק. אין ח״ה איז ער מתיר נאר אויב די מאמע איז שוין געשטארבן און די עיבור וועט ממילא שטארבן ע״ש.

אין ח״ו איז ער מחדש אז דער עיקר פראבלעם איז מכח דעם וואס מ׳הרג׳ט א נשמת ישראל און נישט וועגן דעם גוף, ומכח דעם אסר׳ט ער אין ח״ט (וואו ער איז מאריך ווען ווערט די נשמה נתלבש אינ׳ם גוף) און אין ח״י אפילו פאר פערציג טעג (אין ח״ט קריגט ער זיך אויך אויפ׳ן אגרות משה אין דעם אז פאר א גוי איז גרינגער פאר פערציג טעג) ע״ש. (ס׳קומט אויך אויס אז ער איז מער מקיל מיט׳ן מפיל זיין דאס עיבור פון א גוי׳טע דורך א איד, אין זיין פילפול אינ׳ם תשובות המהרי״ט וואס אלע זענען מפלפל אין בענין זה של הפלת עוברין.)

דארט אין ח״ט איז ער תולה דאס וואס די פרייע/גוים זענען מתיר אבּארשאן אין דעם וואס שותומ״צ זוכן היתירים אויף בּירט קאנטראל ע״ש; ועיין באריכות בענין זה בח״ה סימן רי.
 
יישר כח פאר די ארטיקל, שטארק הנאה געהאט!

לויט דר. וואָלאַרד, קען מען דאך טענהן אז די עיבור דארף אויך האבן א מיינונג, און ער איז דאך א חלק פון די פראגע, און אלע מענער זענען אמאל געווען עוברים, טא פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין מיינונג?
 
לכאורה ואלט מען נאר געמעגט פרעגן פרויען וואס זענען שוין געווען מעוברת
מאראליש ביסטו אפשר גערעכט און קענסט גיין נאך ווייטער אז נאר ווער ס'האט שוין געהאט א קינד קען פארשטיין די ווערט דערפון נישט אויב מ'איז נאר געווען מעובר

אבער די מינוט וואס ס'ווערט א פאליטישע/לעגאלע אישו קען יעדער האבן א מיינונג פונקט ווי אויף אסאך געזעצן וואס האט לאוו דווקא מיט מיך
 
אז נאר ווער ס'האט שוין געהאט א קינד קען פארשטיין די ווערט דערפון נישט אויב מ'איז נאר געווען מעובר
איך גיי ארויף אויפן ארטיקל וואס מי אני ברענגט אראפ אז נאר פרויען קענען זאגן זייער מיינונג ווייל זיי פארשטייען לפי זה מיין איך אז נאר די וואס פארשטייען אינגאנצן וואס דאס מיינט דורכגיין א פרעגנענסי וואס דאס האט נישט קיין שייכות צו געבוירן
 
לויט דר. וואָלאַרד, קען מען דאך טענהן אז די עיבור דארף אויך האבן א מיינונג, און ער איז דאך א חלק פון די פראגע, און אלע מענער זענען אמאל געווען עוברים, טא פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין מיינונג?
איה״נ. אבער עס איז דאך נישט שייך אז איינער זאל דאס געדענקען, און די געפיהל דערפון, וממילא איז דאך נישט שייך ער זאל דן זיין דערויף. משא״כ אַן ערוואקסענע פרוי וועלכעס איז געווען מעוברת.

בדרך צחות קען מען זאגן דערין אז די גמרא זאגט בברכות י. אז דוד המלך דר במעי אמו ואמר שירה ע״ש. איז משמע אז ער איז געווען (געהעריג) באוואוסטזיניג במעי אמו און האט דאס געדענקט דערנאך. ולכן שטייט פריער בדף ד. אז דוד המלך איז געווען ידיו מלוכלכות בדם ובשפיר ובשליא בדיוני הלכה ע״ש. והיינו, ווייל זייענדיג אז ער האט געדענקט זיין עקספּיריענס בימי עיבור, האט ער געקענט דן זיין בהלכות הפלה של שפיר ושליא…
לכאורה ואלט מען נאר געמעגט פרעגן פרויען וואס זענען שוין געווען מעוברת
איה״נ. (די שאלה איז אויך צי א נקיבה וואס איז קיינמאל נישט געווען מעוברת, אבער האט כאטש די פרויערישע איברי הולדה, צי זי קען זיך דאס כאטש מצייר זיין באופן מה. משא״כ בזכר. אבער לכאורה ביסטו גערעכט.)
מאראליש ביסטו אפשר גערעכט און קענסט גיין נאך ווייטער אז נאר ווער ס'האט שוין געהאט א קינד קען פארשטיין די ווערט דערפון נישט אויב מ'איז נאר געווען מעוברת
די דיון לגבי אבּארשאן איז נישט לגבי די סענקטיטי פון לעבן על הכלל. צו דעם איז יעדער מודה. די שאלה איז צי און ווי ווייט דאס עובר, בשעה שאמו מעוברת בו, הייסט ״חי״ אז עס איז טאקע קאי אויף דעם אויך איסור ״רציחה״ וכדומה בהפלתו. אין אנדערע ווערטער, ווי ווייט איז דאס (די געדאנק פון) ״עובר ירך אמו״. ולגבי דעם דיון האט נישט קיין שייכות צי מ׳איז א טאטע/מאמע פון א קינד שוין.

וואו דיין טענה איז יא גילטיג, איז לדוגמא לגבי געבן פּערענטינג עדווייס וכדומה. אין אזא פאל קען מען טאקע טענה׳ן אז דאס אליינס זיין א פּערענט בפועל און דורכגיין דעם עקספּיריענס, איז אַן עפּיסטעמיקעלי טרענספאָרמעטיוו עקספּיריענס לגבי דעם, און עס געבט ממש צו אבּיעקטיווע מדע דערין, וועלכעס מ׳קען נישט האבן פון נאר שטודירן. וממילא איז מען מקבל הדרכה אין דעם נאר פון איינער וואס איז דאס אליינס דורכגעגאנגען בפועל (וכמובן, אז טאמער האט ער אויך שטודירט אין דעם און איז א חכם איז זיין דעה דערין נאך מער מאסגעבענד).
 
לעצט רעדאגירט:
די שאלה איז צי און ווי ווייט דאס עובר, בשעה שאמו מעוברת בו, הייסט ״חי״ אז עס איז טאקע קאי אויף דעם אויך איסור ״רציחה״ וכדומה בהפלתו. אין אנדערע ווערטער, ווי ווייט איז דאס (די געדאנק פון) ״עובר ירך אמו״. ולגבי דעם דיון האט נישט קיין שייכות צי מ׳איז א טאטע/מאמע פון א קינד שוין.
לפי זה האבן פרויען בכלל נישט א גרעסערע מיינונג
 
פארוואס נישט? אט זיי, עכ״פ טאמער זיי זענען געווען מעוברת, קענען פיהלען און עקספּיריענסען בפועל ווי ווייט איז דאס עובר א חלק פון זייער גוף וירכן און ווי ווייט עס האט אטאנאמיע וכו׳. משא״כ הזכר.

וואס איך האב געמיינט שולל צו זיין איז אז עס פעהלט נישט דוקא אויס פאר׳ן דיון און עקספּיריענס, אז זי זאל האבן (געהאט) א לעבעדיגע קינד ממש. נאר אז זי זאל האבן געהאט געווען מעוברת, ואפילו טאמער איז דאס קינד געווען לבסוף א נפל און זי האט עס קיינמאל נישט ערצויגן. און ווי דו האסט אויך גע׳ענטפערט, ״אז נאר די וואס פארשטייען אינגאנצן וואס דאס מיינט דורכגיין א פרעגנענסי, וואס דאס האט נישט קיין שייכות צו געבוירן.״
 
לעצט רעדאגירט:
איה״נ. אבער עס איז דאך נישט שייך אז איינער זאל דאס געדענקען, און די געפיהל דערפון, וממילא איז דאך נישט שייך ער זאל דן זיין דערויף. משא״כ אַן ערוואקסענע פרוי וועלכעס איז געווען מעוברת.
אפילו אז עס איז נישט שייך צו געדענקען, קען מען דן זיין צי עס איז רעכט אז דער עיבור'ס מיינונג ווערט נישט גענומען אין אכט צוליב דעם וואס ער קען נישט רעדן, אפילו לויט וואָלאַרד'ס קריטעריע האט ער א רעכט צו האבן א מיינונג, און ווער זאגט עס וועט זיין די זעלבע וואו זיין מאמע [חוץ אויב די מאמע טענהט אז זי האלט אז די עיבור איז ממש ווי איר אייגנע גוף, וואס דאן הייבט זיך ניטאמאל אן א צווייטע מיינונג].
 
די געדאנק איז אז עס איז נאר שייך פאר צוויי ברואים צו האבן די עקספּיריענשעל מדע אין דעם: די מעוברת און דאס עובר. כמובן, דארף מען אָננעמען אז די עובר בשעת מעשה איז סענטיענט צו אט די עקספּיריענס וועלכעס געבט דאס מדע. אבער אפילו אז יא וואלט איך אים גערן אריינגענומען בחשבון הדיון דערויף לכשיבא. אבער עס איז נישט שייך אז דער עובר אליינס זאל קומען דן זיין דערויף, און א צווייטער וואס געדענקט ניטאמאל די עקספּיריענס איז דאך נישט שייך צו טענה׳ן בעדו במקומו - ער האט דאך בכלל נישט די עקספּיריענשאל מדע וואס מ׳זוכט דא. איז קען מען נאר פארבלייבן מיט די פרוי וואס זאל דן זיין דערין. זי האט יא די עקספּיריענשאל מדע און איז דא לפנינו דן צו זיין דערויף.

טעקניקעלי, ווען דער עובר זאל ווען קענען מכחיש זיין די פרוי/מאמע, עפ״י זיין אייגענע עקספּיריענשאל מדע, וואלט מען אים לכאורה יא אריינגענומען בחשבון, הגם די מאמע טענה׳ט אז זיין דיון דארף זיך נישט אָנצוהייבן. אוקי חד לבהדי חד. אבער יעצט אז עס איז נישט שייך אז דער עובר זאל איר מכחיש זיין לכאן או לכאן, איז מאן יימר אז ער איז איר בכלל מכחיש?
 
פארוואס נישט? אט זיי, עכ״פ טאמער זיי זענען געווען מעוברת, קענען פיהלען און עקספּיריענסען בפועל ווי ווייט איז דאס עובר א חלק פון זייער גוף וירכן און ווי ווייט עס האט אטאנאמיע וכו׳. משא״כ הזכר.
דער דיון צו "עיבור ירך אמו" אדער נישט איז אדער סייענטיפיש אדער מאראליש וואס ביידע וועגן איז די מאמע נישט קיין (גרויסע) מאן דאמר
 
אט קעגן דעם איז די טענה פונעם געדאנק פון אַן עפּיסטעמיקעלי טראנספארמאטיווע עקספּיריענס דא. והיינו, אז דאס ריכטיג ארויסצוהאבן, וואו (און אויב) עס ענדיגט זיך דעם ״זיך״ און עס הייבט זיך אָן א נייע ענטיטי ממש פונעם עובר, ווענדט זיך אין דאס קענען דאס ממש שפירן. (לשבר את האוזן, איז דאס ענליך צום כלליות׳דיגן שאלה פון מגדיר זיין דעם ״זיך״ וגבולותיה, וואס איז מער תלוי אינעם דאס עקספּיריענסן צו קענען דן זיין דערויף. אין אנדערע ווערטער, זייענדיג אז עס איז א מאראלישע שאלה, באדייט דאס דאך אז עס איז א פילאזאפישע שאלה, אונטער וועלכעס מאראל פאלט דאך. און דאן איז שוין ווייטער דא דעם מקום לטעון אז די מדע דערין פון זכיותיו של ״מישהו״ איז תלוי אין מדע דא וועלכעס נאר אט די עקספּיריענס דערין קען געבן.)
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top